| נשלח ב-8/6/2006 20:41 |
|
| |
סעלפאון'ס אין שפיטעלער אדער דאקטער אפיסעס
אין שפיטעלער אדער דאקטער אפיסעס באגעגנט מען זיך אפט מאל מיט גרויסע שטרענגע צעטלעך נישט רעדן אויפן סעלפאון.
איך האב אמאל געהערט אז עס איז ווייל עס קען פארמישן די מאשינען וואס די אין שפיטעלער אדער דאקטער אפיסעס נוצען.
אבער לעצטענס איז מיר אויסגעקומען צו זיין אין האספיטעל, פאר א שמחה ב"ה, און איך האב געוואלט קאלן די זיידעס און די באבעס פון מיין ניי געבוירענעם קינד דערציילן די בשורה טובה, און די נוירס האט זיך ארים געדרייט דארט ווי איך בין געווען האב איך איר געפרעגט צו איך קען ניצן א טעלעפאון פון די האספיטאל? האט זי מיר צוריק געפרעגט האסט נישט קיין סעלפאון? זאג איך איר אז איך האב יא, זאגט זי מיר ניץ דיין סעלפאון.
אויך בין איך געווען לעצטענס אין א דאקטער אפיס און איך האב געזען ווי די דאקטוירים רעדן אויף סעלפאון'ס.
קען מיר איינער מסביר זיין וואס דא גייט פאר?
איז די גאנצע פארבאט נאר ווייל די דאקטוירים און די נוירסעס האבן נישט קיין געדולד צו די פלאפלערייען וואס עס וואלט געווען ווען מען לאזט ווען יא רעדן אויפן סעלפאון?
|
|
|
|
| נשלח ב-8/6/2006 20:51 |
|
| |
איך האב אויך געהערט, שוין מיט א צייט צוריק, אז דאס איז סתם אן איינרעדעניש אז עס שטערט די פונקציעס פון די מאשינען. א דאקטער אין שפיטאל - וועמען איך האב באמערקט רעדן אויפן סעלפאון - האט דאס מיר מודה געווען.
עס איז אבער נאך אלץ בעסער, און מער דרך ארץ און קידוש השם, נישט צו רעדן אויפן סעלפאון דארט וואו עס שטייט קלארע שילדן אז מען זאל זיך צוריקהאלטן דערפון.
|
|
|
|
| נשלח ב-8/6/2006 21:08 |
|
| |
איך האלט אז עס שטערט נישט די מעשינערי, נאר עס שטערט די נערסעס מיט די דאקטוירעם.
פינקט וואו די טאוולען אין ביהמ''ד להבדל, פארמאכט דאם סעלפוין און עפענט די שערי רחמים, מיינט נישט אז ווען דער סעלפוין איז אנגעצינדען זענען די שערי רחמים פארמאכט, נאר עס מיינט אז וויבאלד מקען נישט מצמצם זיין די מוח אויף די פירוש המילות, בעט מען נישט וואו עס דארף צי זיין.
די זעלבע זאך ביי די דאקטוירעם, עס שטערט נישט די מאשינערי, אבער עס שטערט יא דער וואס אנאליזירט די רעזאלטאטען וואס די מאשינערי צייגט.
נ.ב. קרעמער מיט אנטשולדיגענג פון פאראויס אויב עס איז צו פיל פרטים
|
|
|
|
|
| נשלח ב-9/6/2006 00:47 |
|
| |
און וואס טוט זיך מיטן רעדן אויף אן עראפלאן? דארט איז יא שייך אז מען צומישט די סיגנאלן? ווייל אויף פלייט ניינטי טרי אים ניין עלעווען, האבן אפאר מענטשן גערעדט אויפן סעלפון, קען זיין אז פארדעם האט דער פליגער געקראכט.
|
|
|
|
| נשלח ב-9/6/2006 03:31 |
|
| |
באמת רעדען אויף א סעלפאון אויף אן עראפלאן איז נישט קיין שום פראבלעם היינט וועגען די מאשינערי.. והא ראיה אויב וויל מען קען מען פאר גרויס געלט רעדען (אויף אסאך עראפלאנען) דארוך די טעלעפאונען וואס זענען דא אינעם עראפלאן און עס ארבעט דאך נישט דארוך א לענדליין עס גייט אויך דארוך סעטעלייט'ס און דאס איז זיי אינגאנצען נישט קיין פראבלעם. נישט לאנג צירוק האב איך געזען אז מ'פאנגט שוין אן צו ארבעט'ן אויף סערוויס און עראפלאנען.
|
|
|
|
|