פאול: פריוואטע אשכולות פון ניק צו ניק?
אין די אלטע ווערסיע פון די קרעטשמע תקנות איז געווען אינקלאדירט דער פאלגנדער תקנה:
2) פרוביר צו לימיטירן און באגרעניצן אשכולות וועלכע באציען פריוואט פון דיר צו א צווייטן ניק, פארגעס נישט אז נישט יעדער דאוונט אין דיין שול, און נישט יעדער איז געזעצן לעבן דיר מיט דיין חבר אין מקוה היינט, טא נישט יעדער וועט פארשטיין דיין וויץ.
פאר ווער עס איז נייגעריג וועל איך ארויסגעבן סודות פון חדר און אויסזאגן דעם סוד אז אני הקטן איז געווען דער שרייבער פון די אלטע ווערסיע תקנות.
די סיבה פארוואס איך האב אריינגעלייגט די דאזיגע תקנה וועל איך מסביר זיין מיט א משל:
צוויי מענטשן 'פייוויש' און 'געציל' זענען פריוואטע מענטשן, פארמאגן נישט קיין ספעציעלע שייכות איינס מיטן אנדערן, גראדע וואוינען זיי ביידע אין איין שטאט, באלאנגען צו איין קהילה, און דאווענען אפילו אין איין שול.
'פייוויש' ארבייט אין אן אפיס ווי עס איז ל"ע פארהאן די טריפה'נע אינטערנעט (כאטש אויף דזשעי-נעט אבער נאך אלס א חורבן.....).
אונזער 'פייוויש' זוכט באמת נישט זיך צו דרייען אויף די טריפה'נע פלעצער, ער זוכט נאר עפעס זיך צו אונטערהאלטן ביי פרישטאג-מיטאג וכדו'.
אין שול האט ער געהערט פון הייד פארק -אן ארט ווי אידן פלוידערן און טענהן איינס מיטן אנדערן-, ער האט געזוכט און גענישטערט, געמאכט א סוירטש אויף גוגעל, ענדליך נאך צוויי דריי טאג האט ער ענדליך דערגרייכט הייד פארק.
כמובן, איז ער צוערשט אנגעקומען צו די מחלוקת'פולע פורמ'ס, ווי מען האט זיך ארומגעריסן ווי די קעץ איבער די פאליטיק וואס איז נוגע אויך זיין חסידות.
נאך א שטיק צייט איז שוין אונזער 'פייוויש' געווארן אביסל מלומד אין הייד פארק, און זיך אויסגעלערנט וויאזוי צו אנטרעפן נאך פארשידענע פארומ'ס צווישן אנדערן אונזער אלעמען באקאנטער 'היימישע קרעטשמע'.
'היימישע קרעטשמע' איז אים מורא'דיג געפאלן, ס'איז בא'טעמ'ט, מ'קריגט זיך נישט, מ'שמייכלט, מ'האלט זיך אונטער. עכ"פ, ער איז געווארן א גאנצער תושב דא, און זיך אפילו געעפנט א ניק 'פעטרישקע'.
לאמיר איבערלאזן אונזער 'פייוויש-פעטרישקע' שרייבן און זיך אונטערהאלטן אויף 'היימישע קרעטשמע'. און אונז וועלן יעצט אריבערגיין אין אפיס פון דעם אויבן דערמאנטער 'געציל'.
'געציל' איז א בעה"ב פון א קליינטשיגע ביזנעס'ל, ער האט פאריאר זומער געהערט פון א חבר פון דעם באקאנטן פאפולערן העכסט אינטערעסאנטן 'נאטורליך'ס טאגבוך פון די קאנטרי', ער האט אויך באקומען אין אי-מייל פונעם זעלבן חבר דעם לינק פון 'היימישע קרעטשמע' ווי ער וועט קענען זען די פרישסטע פארזעצונגען פונעם טאגבוך.
אבער 'געציל' איז געווארן פשוט עדיקטעט צו 'היימישע קרעטשמע', ס'איז פאן, ס'איז זיס, מ'לאכט, מ'האלט זיך אונטער, ס'איז לעבעדיג. נישט נאר איר ער געוארן עדיקטעט צו ליינען, ער האט זיך אפילו געעפנט א ניק 'מייערן'.
לאמיר איצט צוזאמשמעלצן 'פייוויש-פעטרישקע' מיט 'געציל-מייערן'. די צוויי האבן באזונדער זיך אונטערגעהאלטן אין 'היימישע קרעטשמע', געענטפערט איינער דעם צווייטן מיט תגובות, זיך געטשעפעט, זיך געווערטלט, בקיצור, זיי האבן עפעס געקליקט צוזאמען.
פון דארט און ווייטער איז שוין אלעס געגאנגען ווי געשמירט. 'פייוויש-פעטרישקע' און 'געציל-מייערן' האבן זיך געעפנט גוגעל אקאונטס, און געשמועסט אין קרעטשמע און אין גוגעל, נאך א צירקע פאר וואכן האבן זיי זיך מתגלה געווען איינער דעם צווייטן, קודם בטעות נאכער במזיד, און זיי זענען געוואויר געווארן דאס וואס אונז וויסן שוין פון פריער אז זיי וואוינען אין איין שטאט, באלאנגען צו איין קהילה, דאווענען אין איין שול. נאכמער זענען זיי געוואויר געווארן -וואס דאס איז שוין א נייעס פאר אונז אויך- אז זיי געהערן אפילו איין פארטיי און וואוינען אינגאנצן א גאס אפגעריקט איינער פונעם אנדערן.
עניוועי, צו מאכן א לאנג סטארי לאנגער, 'פייוויש-פעטרישקע' און 'געציל-מייערן' זענען געווארן פאניע בראד, זיך געטראפן אין שול און ארומגעשמועסט, געטראפן אויף גוגעל און געטשטעט, געטראפן אין די קרעטשמע און זיך געווערטלט, זיך אפילו גערופן אויפן טעלעפאן אויב האט אויסגעפעלט.
אין א טאג איז 'געציל-מייערן' אנגעקומען אין שול אביסל שפעטער ווי 'פייוויש-פעטרישקע', גראדע איז דאס געווען א טאג מיט גאר אן אינטערעסאנטער נייעס, אבער ווען 'געציל-מייערן' איז אנגעקומען אין שול איז פונקט דאן די גרויסע גרופע וואס האט געשמועסט פונעם גרויסן נייעס און אלע אירע דעטאלן זיך צעגאנגען. און געציל-מייערן איז געבליבן לעקיש...... גייט ער צו צו זיין ידיד פייוויש-פעטרישקע און פרעגט אים וואס די נייעס איז, פייוויש-פעטרישקע אבער יאגט זיך פונקט איצט פטר'ט ער אים אפ און לויפט אין די ארבעט אריין.
נאכן ארלעדיגן וואס ער האט געברויכט וויכטיג, האט אונזער פייוויש-פעטרישקע באשלאסן זיך אביסל אונטערצוהאלטן אויפן חשבון פון געציל-מייערן און ארויף אויף די קרעטשמע און געעפנט א נייעם אשכול ווי פאלגענד:
'מייערן' ווייסט נישט די נייעס....
מייערן איז היינט אנגעקומען שפעט אין שול, און אלס עונש ווייסט ער נישט די נייעס......
תוקן על ידי - פעטרישקע - 09/06/2006 19:31:15
----
מייערן ענטפערט:
פעטרישקע;
זארג דיך נישט איך ווייס שוין.
בדרך אגב: נעקסטיים לייג בעסער צוזאם דיין תפילין און כאפ נישט אויס א צווייטנס פלאץ אין מקוה. וד"ל....
------
פעטרישקע ענטפערט:
מייערן;
פון דיין מחזור האסטו פארגעסן?.... וד"ל.
LOL
----------------
מייערן ענטפערט:
פעטרישקע;
איימסארי, אבער אז דו רעדסט שוין פון א מחזור, וואס טוט זיך מיט דיין קליינעם'ס רבי? הא הא הא..... וד"ל
--------------------
פערטישקע מיט מייערן ליינן דעם אשכול און רוילן זיך ווי זיבעלעך פאר געלעכטער, זיי קליקן זיך אויף גוגעל און קאלן זיך ביי די סעלפאונס, בקיצור ס'גייט זיי גוט.
אין די זעלבע צייט וואס פעטרישקע מיט מייערנ'ס בויך שאקלט זיך פאר געלעכטער און אלע ארומיגע קוקן זיי אן ווי טאטלע משוגעים, זיצט אני הקטן ביי דער ארבעט, קוים אנגעיאגט אביסל ליידיגע צייט, און מיטן סענדוויטש אין די האנט כאפט מען זיך אביסל ארויף קיין 'היימישע קרעטשמע' זיך אביסל מתהנה זיין, און אויבן אן טרעף איך אן דעם פעטרישעקע-מייערן-נייעס אשכול. איך ליין און ליין און ווייס נישט וואס עס גייט פאר דארט. איך מאך אן אומצופרידענעם-אומפארשטענדליכן גרימאס מיט מיין מויל און גיי ארויס פון דעם אשכול....
בו בזמן זיצט זיך 'חיים ברוך' ביי די ארבעט, זיין בעה"ב איז אויף וואקאציע, און ער האט איצט די געלעגנהייט אביסל ארומצוקריכן אויף די נעט, דרייט ער זיך אויף הייד פארק פון פורם צו פורם זוכן עפעס אן אינטערעסאנטן פלאץ צו קובע זיין משכונו. טרעפט ער פונקט אן אונזער 'היימישע קרעטשמע', ער ווערט טאקע ענטפאנגען מיטן לאזונג 'וועלקאם צו די געשמאקסטע פורם אויף הייד פארק', אבער ווי נאר ער גייט אריין טרעפט ער אויך אן אויפן אויבן אן דעם פעטרישקע-מייערן-נייעס אשכול, ער פארשטייט נישט קיין ווארט, און דעריבער פירט דאס אים ארויס פון 'היימישע קרעטשמע' נאך שנעלער ווי ער איז אריינגעקומען.
ע"כ המשל.
איצט מורי ורבותי, אונטער די השפעה פונעם נמשל פון דעם משל האב איך אריינגעלייגט אין די תקנות די אויבנדערמאנטע עצה טובה:
2) פרוביר צו לימיטירן און באגרעניצן אשכולות וועלכע באציען פריוואט פון דיר צו א צווייטן ניק, פארגעס נישט אז נישט יעדער דאוונט אין דיין שול, און נישט יעדער איז געזעצן לעבן דיר מיט דיין חבר אין מקוה היינט, טא נישט יעדער וועט פארשטיין דיין וויץ.
איצט מורי ורבותי, זינט די הנהלה האט נאכן דן זיין בכובד ראש אראפגעוואוט די ספעציפישע עצה טובה, וויל איך אייך פשוט פרעגן צו איז דער פאקט אז עס קרענקט מיך א פשוטער 'יענטאאש קרענק' אדער איז דאס טאקע א נערוון קריכעריי????
א יישר כח פארן ענטפערן.
 |
|
|