| נשלח ב-11/6/2006 22:44 |
|
| |
כסדום היינו לעמורה דמינו
רבותי, איך בין דא א נייער, און איך בין דא א גאסט, איך פלאן נישט צו ווערן דא אן אלטגעזעסענער. אבער איר מעגט טאן אביסל הכנסת אורחים אויך, און אז איך מאך אן אפיעל מוזט איר מיר נישט פארשרייען. פרייטאג האב איך דא געשטעלט אן הודעה, ואיננו! איר האט עס פארציקט! פארוואס? בין איך נישט גע'מל'ט? פארשטיי איך נישט צו געפילטע פיש און פאטעיטא קוגל? אביסל גאסטפריינדליכקייט שאדט נישט. א דאנק
|
|
|
|
| נשלח ב-11/6/2006 23:00 |
|
| |
אלס נייער דא, וואלטסטו ווען געדארפט אדורך ליינען די תקנות פאר'ן עפענען אן אשכול.
דא האט איר פון די תקנות,
דער פורום פארמאגט עטליכע אבער גאר וויכטיגע תקנות ווי פאלגענד:
1) בשום פנים ואופן, נישט שרייבן עפעס וואס קען באיזה אופן בשוגג או במזיד, במישרין או בעיקיפין מצער זיין סיי וועמען. מיר ווילן אויך מדגיש זיין: 'היימישע קרעטשמע' איז נישט געגרינדעט אויסצודרוקן קולי מחאות אויף סיי וואספארא עוולה קעגן אידישקייט.
אגב, איך האב געהאט בדעה דיר אריינצושיקן אין אישי א הסבר דערויף נאר די צייט האט נישט ערלויבט. ואתך הסליחה.
מיט דאנק דער קרעטשמער.
|
|
|
|
|
|