בית פורומים היימישע קרעטשמע

איך האב געהאלפן שטופן סאכדעס'ן

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-11/6/2006 23:45 לינק ישיר 
איך האב געהאלפן שטופן סאכדעס'ן

היינט צופרי אין בית המדרש! יא אזויווי איר הערט

איך קען נישט ארויסגעבן צופיל פרטים, סאכדעס פארשטייט שוין אויפן ווינק.

סאכדעס די סעלפאן וועט זיך דיר מער נישט צוקלינגען! הא??? פראבירן זאלסטו!



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-11/6/2006 23:47 לינק ישיר 

נעקסטיים מאך מיר נישט קיין בזיונות, האסט געזעהן דעם אלטן דארט? ער איז געווען ווייס ווי קאלך, ער האט געמיינט עפעס ערענסט האט פאסירט, כעל בלאקן דיין נומער, חוץ מזה האב איך פארציילט פאר'ן רב, שוין לאמיר נישט פארציילן אלעס. תוקן על ידי - סאכדעס - 11/06/2006 23:49:58



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/6/2006 23:48 לינק ישיר 

איז דער אשכול א סטראשע צו דעם אנדערן אשכול וועגן עפענען אשכולות מיט בויך ווייטאג פון איין ניק צום אנדערן ? אויב יא לאז עס וויסן ברבים נישט יעדער איז גענוג קלוג עס אליין צו פארשטיין




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-11/6/2006 23:52 לינק ישיר 

פארגעס פון דעם אלטן, ווייל אויב שוין עפעס באלאנגט ער בכלל נישט ביי אונז, ער איז דאך פון די 'חברה' -ווייסט וואס איך מיין... האסט געזען ווי ער האט געשאלטן פרייטאג נאכמיטאג ווען מען האט אים נישט סערווירט די נעגל שניידער אין די רגע וואס ער האט עס פארלאנגט? (דו האסט אים גוט צוריקגעזאגט!)



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-11/6/2006 23:56 לינק ישיר 

פרייטאג איז געווען אן אנדערע מאנסע אינגאנצן, כאב נישט געוואלט באצאלן דעם שאמעס די נייע טשארדזש אין די מקוה, כאלט פערזענליך אז סיז נישט אויסגעהאלטן, אינדערמיט האט זיך דער אלטער צוזינגן איבער זיין נעגלשניידער, יוי האט ער זיך גערעגט אויף די יונגאטשעס.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/6/2006 23:59 לינק ישיר 

יא אבער זיין זוהן וואוינט אין די געגענט און שבת האט ער זיך גערעגט ער האט געזאגט דעם רב אז די אינגעלייט האבן אויפגערעגט זיין טאטן אזש ער איז געווען צורודערט א גאנצע סעודה מיר דאכט זיך אז סאשאד צו קער נעמען פונעם אלטן ער ליידט אויף אלצ... דו ווייסט וואס איך מיין...



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-12/6/2006 00:02 לינק ישיר 

נו כ'לאז זיין זוהן מיטקומען מיט איהם אין מקוה, ער דארף טאקע נישט אליינ'ס קומען אין מקוה, עניוועי דאס איז נישט נוגע, אבער נעכטן ביי שלש סעודות, ווען דער וואס זיצט צוויי בענק אין די זייט פון דיר, האט זיך צוקאכט, היתכן מ'שטיינס געזאגט, סישפעט, פארוואס איז די וואט עווער נישט געווען גרייט, (כ'ויל נישט מ'זאל כאפן) כ'האלט אז דער רב וואלט זיך נישט געדארפט אריינמישן.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/6/2006 00:07 לינק ישיר 

סאכדעס אז דו ווילסט דאס בארירן נאו פראבלעם. אבער דאס איז זייער א האקעלע ענין עס איז אויף דיין אייגענע אחריות! געדענק אז דו ביסט דער וואס וועט זיך אפבריען, אזויווי דו האסט זיך שוין אפגעבריט מיט ר' יענקלן! פארוואס זיך אריינלאזן אין פייער? העעעע??????? (דו ווייסט וואס איך מיין!)



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-12/6/2006 00:11 לינק ישיר 

כ'בעט דיר גרויזאמער, -כאב שיער נישט געשריבן דיין עכטע נאמען- עניוועי, מיט יענקל'ן ווייסטו זייער גוט, אז איך בין אינגאנצן נישט שולדיג געווען, דארט איז געווען שולדיג, דער קליינער מיט'ן שווארצן בערדל, וואס דאוונט אלעמאל ביין באלעמער, סאו כ'בעט דיר מיש נישט אויס צוויי מעשיות, און אויב רעדסטו זיך פון אבריען, שווייג בעסער שטיל, דו געדענקסטו וואס דו ביסט אריבער פאראיאר ווינטער ווען דיין זוהן..... שוין איך וויל נישט זאגן.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > חברה וקהילה > היימישע קרעטשמע > איך האב געהאלפן שטופן סאכדעס'ן
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext