בית פורומים היימישע קרעטשמע

* * * ברעיקינג: די קרעטשמע אין ערכאות! * * *

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-13/6/2006 20:28 לינק ישיר 
* * * ברעיקינג: די קרעטשמע אין ערכאות! * * *

איך ווייס נישט זיכער, איך האב עס נישט קאנפירעמט, אבער ס'דאכצעך מער אז היינט אינדערפרי בשעת פארשלינגען דאס גלעזעלע יין שרף, האב איך עפעס אזוי אונטערגעהערט א שמועס, ווי מ'סודות'צעך ארום איבער אריינטראגן א קלאגע בערכאות רח"ל, אנטקעגן די הנהלת הקרעטשמע, און בעיקר איז די קלאגע געצילט אנטקעגן דעם באליבטן 'קרעטשמער' אונזערער, וועלכער שטייט שוין דא אזוי צו דינסט דעם חשובן ציבור א קיימא לן פון א קנאפע יאר-צייט.

לויט ווי כ'האב פארשטאנען האנדעלט זיך דאס פון דעם נייעם 'כרעטשמער', וואס איז נאר וואס דא אריינגעפאלן ביי אונז אין די קרעטשמע, און גארנישט, נאך פאר וואס-ווי-ווען האט ער שוין אנגעהויבן בונטעווען במחתרת אנטקעגן דעם קרעטשמער, און לויט ווי כ'אב פארשטאנען רישט ער זיך גאר אין די נאנטע טעג זיך צו ערקלערן אלס כרעטשמער און שיקן א סובפינע פארן אלטן קרעטשמער יר"ה.

שומו שמים! האחד בא לגור וישפוט שפוט! הרצחת וגם ירשת?.

לויט ווי איך פארשטיי קאכט זיך דא אין די קרעטשמע/כרעטשמע עפעס א פעסט שטיקל קאשע, און עס איז צום ערווארטן אז אין די נאנטע טעג וועט די 'סאכדעס' באלד ארויסשיקן אן עיקול אויפן פארלאנג פונעם דיין שליט"א.

נאכאמאל כ'ווייס נישט צו ס'אמת, כ'אב עס נישט קאנפירמט. ווער עס ווייסט מער פרטים זאל ביטע מעלדן, און האלטן דעם עולם אפ-טו-דעיט

א דאנק.




דווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > חברה וקהילה > היימישע קרעטשמע > * * * ברעיקינג: די קרעטשמע אין ערכאות! * * *
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext