בית פורומים היימישע קרעטשמע

-- מ'גייט איבערבויען די קרעטשמע --

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-13/6/2006 22:00 לינק ישיר 
-- מ'גייט איבערבויען די קרעטשמע --

-נאך לענגערע חדשים, מיטונגן אינעם קאנפרעס-צימער, נאכן איבערגיין מיטן קאנטראקטער, בילדער, ארכיטעקטער, צו זעהן אז די צימערן פון "פייטונג-אריע" מיט וויינען און שמייכלן צימערן זאלן נישט צוזאמקרעשן, זעהט אויס אז ס'איז דא גרויסע טשאנסן אז דאס זאל צושטאנד קומען

דא אינעם יעצטיגן בודקעלע איז מיט דערצייט געווארן אזא צושטיפעניש אז ס'איז געווען און ס'איז יעצט ממש געפערליך, בעסיקלי, איז די מעין פראבלעם דא געווארן מיט קרעמער אליינ'ס, ס'טייטש, ער וויל אריינלייגן נאך און נאך תגובות און ס'גייט נישט, ביז דריי טויזענט האט נאך ווי נישט ווי אריינגעפיט, אזוי צוקוועטשטערהייט ווי מ'זעהט פון די תגובות אליינ'ס... און קרעמער שרייט מ'קען נישט אזוי, מ'מוז זעהן ער זאל קענען דעריאגן יעדעם'ס משוגעת, אזש ביזן תגובה פון חד-מן-החבריא, וואס בעט זיך אז קרעמער זאל דעריאגן גאנצע 9 אלפים תגובות, פרעגט זיך רבונו של עולם, אבער ווי....

איז דא אזוי, ס'איז פאריגע וואך אריינגעקומען א טעל קאל אינעם קרעטשמע אפיס, ווי איינער בעט זיך היות ס'איז נישטא קיין פלאץ, זאל מען ארויסבויען די דרום זייט פונעם קרעטשמע. נו, אויבן אויף וואלט עס נישט געווען קיין שום פראבלעם, אבער, מ'האט מורא געהאט אז יענער מיינט פשוט און פראסט פאליטיק... וואס עפעס דרום זייט... מ'האט נישט געוואוסט,
בקיצור,
 
איז געזיצן א קהל'ס מיטונג, און מ'וועט איינמעלדן פאר'ן עולם, וואס ס'איז נישט געווען אינעם אלטן קרעטשמע, וואס האפענדליך וועט עס יא זיין אין די נייע.

צום אלעם ערשט, איך ווייס נישט צו דער עולם האט יא געכאפט אדער נישט, אבער דא אינעם יעצטיגן פלאץ איז נישטא קיין שום אינטערנעט!!, קוקט אייך אים אין אלע צימערן, נישטא קיין וועג צו לערנען א דף גמרא אויפן אינטערנעט, איך רעדט דאך פון די געפילטערטע, נישטא קיין זכר, שטעלט זיך די פראגע, קען דאס ווייטער אזוי אנהאלטן? איך מיין וויאזוי וועלן מענטשן וויסן פון אונז? מיר מוזן פאר אלע קאסטן אויפשטעלן א סייט, - דאס איז אזא מין פעידזש ווי מ'קען מיטהאלטן און זעהן וואס מיר פארמאגן - מענטשן פון די גאס, יונגעלייט ביי די ארבעט, זאלן קענען מיטלעבן מיט אונז. לשיטתי איז דאס א "מוז". עטס ווייטס וויפיל אידן, חסידישע יונגעלייט, אויפן בעסטן וועג זיך אויסדריקן איז "יונגעלייט מיט שיך און זאקן"!!! אט אזוי..., עטס ווייטס וויפיל אזעלכע אידן וועלן צוקומען אויב מיר וועלן זיין אויפן וועב?!

לאמיר אראפלייגן די מאפע פארן ציבור, זאל עס דער עולם באטראכטן און געבן זייערע הערות

די פאדערשטע צימער, לע"ע, איך שעם מיך צו זאגן, אבער אלע אונזערע צימערן [אשכולות בלע"ז] פארמאגן נישט קיין מזוזה, רח"ל.
איך פארצייל נישט פאר קיינעם, פון די תקנות הפורום (איך געדענק נישט צו די אידישע אדער היברעאישע...) איז אז מ'טאר נישט מוחה זיין, האסט עפעס צו זאגן גיי צו צו יענעם דערלאנג אים א זעטץ/שטויס/ציפ, נארמאל ווי א מענטש, וואס עפעס מוחה זיין, ס'קען זיך גרעניצן חלילה מיט "גזל שינה"!!
סא, איך כשלעצמי זאג  נישט פאר קיינעם, סיי ווי זענען אנשי שלומינו, רבנים ודיינים, ביזי יעצט מיטן קויפן די כשרע-סעלפאן'ס, ווער האט היינט צייט צו מזוזה'ס?

מיר האפן צוצושטעלן א מאשין וואס זאל אויסרופן צו יעדעם וואס קומט אריין, א ברוך הבא ע"י קרעמער. ווער ס'ווייסט נישט, אדער ווער ס'האט נישט באמערקט, עפענטס א נייע ניק, קומט'ס אריין אינעם קרעטשמע, שרייבטס דאס ערשטע מאל א עכט נערישע סטעטמענט, אזוי גראד פון א כולל יונגערמאן'ס פענע ארויס... וועט עטס זעהן ביז 5 סעקונדעס (אדער 4) וועט זיין א באגריסונג פון קרעמער, צו דעם נייעם ניק, ער וועט אייך באדאנקן פאר די תגובה, צולייגן א הערה, און גלייכצייטיג געבן א גלעט אין רוקן, כלומר, קום אריין מאך דיך באקוועם.

דא אינדרויסן, אנטשולדיגט פאר'ן אריינהאקן, אבער דער יענטאאש, וואס זיצט יעצט לעבן מיר שטויסט מיר שוין פינעף מאל אינטערן טיש, אז כ'האב עפעס פארגעסן אויסצורעכענען.

דא ביי די רעכטע זייט, דארט ווי ס'איז יעצט דא די אלע אפגעניצטע רעדלעך פון די קאַרן, איז יעצט אין פלאן צו בויען א הערליכן ברייטן איינגענעמענעם בית החיים

ס'איז געקומען דער טאג וואס מיר מוזן זיך קוקן אין פנים אריין, אז יא, ס'פאלן מענטשן ווי פליגן, גייען אויס נאכן אריינלייגן איין תגובה ווי דער בין נאכן שטאך, און אויף אונז ליגט די אויפגאבע יעדן שני וחמישי צו הרג'ענען א פרישן "עגלה ערופה"...

אנדערע קהלות קדושות האבן אונז שוין אנגערופן - נאכן זעהן אונזערע פלענער ביים ביה"ח - אז זיי גייען דאס נאכמאכן, בעיקר פאר דעם וואס יעדער האט שוין באמערקט, אז ביי אונז, ווען אזא איינער א נודזש, שטרעקט זיך אויס, איז די לוי' מיט אסאך מער דערהויבענער געמיט, דער עולם איז פריילעך און גוט אויפגעלייגט, דאס איז לכאורה וועגן די שיינע אריינגאנג וואס מ'פלאנט צו מאכן ביים טויער פונעם ביה"ח.

געענדיגט מיט בכיות, א עק צו טרערן ביי א לוי'!!

מ'פלאנט צו בויען 1 אוהל,  א טהרה שטיבל, מיט א לאך צו די מעין ביהכ"ס זאל זיך חלילה נישט מאכן קיין ווילדע אקציעס ביי ניתוחי מתים רח"ל, צוויי סאדע מאשינען מיט א מאשין וואס ווען עס וועט זעהן איינעם זיך דארט דרייען וועט עס שרייען: קויפט און געווינט אויפן פלאץ.


לאמיר גיין צו די מעין לאבי!! אההה, דאס איז דאך א יופי, איך רעדט נישט פונעם 18 שטאקיגע טשענדערליר וואס הענגט אראפ קווצותיו סדורות לו תלתלים, פונעם 30 שטאקיגן דאך, דאס איז דאך א פראכט, זיי זאגן אז ביז "פרעה נכה" איז דאס נישט געווען..

פון דא און ווייטער מאכט זיך פראבלעמען, אבער נישט קשה, מען וועט אלעס דורכשוויצן, איז אזוי, ווי באקאנט, מיר רירן זיך נישט מדרך אבות, אונזערע טאטעס און זיידעס האבן געהאט אויף די ווענט אזא גראבע מאשין, מיט לעכער פון אויבן און אינטן, אינדערהיים אין אין בתי מדרשים, ס'האט געהייסן אמ אמ טעלער-וואן, נאפ, עפעס אזוי ווי סעלפאן, נע, שוין איך בין א שטיקל מגיד-שיעור, קען איך נישט ארויסזאגן די ווארט געהעריג, אבער דער עולם ווייסט וואס איך מיין.

דער מאשין, האט אלעמאל ווען איינער האט אריינגערופן, פלעגט עס קלינגן, גראדע נישט געווען קיין קול קורא'ס היתכן א פאבליק טעלעפאן קלינגט אין ביהמ"ד, עכ"פ נישט וואס איך ווייס, אבער מיט די היינטיגע טעכנילאגיע, ווילן מיר מאכן אז די פאבליק טעלעפאנען זאלן "ווייבירעיטען" ווען איינער רופט, ס'זאל פשוט אלע ווענט פונעם בנין מיטטאנצן ווען איינער רופט, זיי זאגן ס'וועט זיין א מחזה הוד, מער וועט נישט זיין קיין ליגענט און די צייטונגן, אז אינמיטן דאווענען איז וינועו אמות הסיפים, די ווענט האבן מיטגעטאנצן, אבער געטאנצן...

די קאלער פעינט
                                                                                 

מען בעט דער עולם זאל אויסוועלן

איך האב פיינט "שווארצע"...


וואס מיר ווילן פונעם עולם.
1. יעדער דארף ארויסנעמען זיינע פערזענליכע חפצים און עס אריינלייגן אינעם מאבעל וואס איז דא געפארקט אין די זייט, נישט פארגעסן מיטצוברענגן די "ניק".

2. מ'דארף געלט!, נישט די קרעטשמע, דאס האט שוין דער וועלטס-בארימטער יונגערמאן, רודף צדקה וחסד, ברייט באקאנט ביי יעדעם איינעם, לאזט זיך קאסטן סכומים אדירים אין יעדן ביהמ"ד בכל כדור העולם ה"ה ר' הרוצה בעילום שמו שליט"א מנדב געווען..., ער טעהנעט נאר אז ער שעמט זיך ווען עס קומען דא אריין יונגעלייט, מיט א ליידיגע בערזל. מ'בעט יעדער וואס קומט דא אריין, זאל האבן ביי זיך מינומים $800 טאשן געלט.
ער טענה'עט, אויב דער בערזל איז פיל, איז דער אטמאספער זייער דערהויבן. מעגליך, איך האב נאך קיינמאל נישט געהאט די געלגענהייט עס אויסצופרובירן...

3. דער עולם ווערט געבעטן אויפהערן ליינען, און זיך נעמען ארבעטן...




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/6/2006 22:42 לינק ישיר 

יגר'ל ; A1

איך האב נישט געוואוסט אז דו טויגסט צו קאנטראקטינג, איך מיין אז דו וועסט טאקע זיין דער מענעדזשער ביים איבערבויען.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-13/6/2006 23:11 לינק ישיר 

איין קליינע ענדערוינג אין די פלענער ביטע,

אזויווי איך בין רינדעכיג וועל איך האבן א
קליינטשיגע אפיס'ל אויבן אויפן בוידעם אין
איך וועל זיך ארים דרייען אין זעהן אויב אלעס
גייט כשורה. איך וועל אויף פאסן ווער עס
גנב'ט מילך פין די קאווע שטיבל אדער א האנטוך
פין די מקוה. איך וועל זעהן ווער עס טשעפעט מיט
די טויטע אין ווער עס האט פארבינדונגן מיט די
מוסרים. די גאנצע זאך וועט בלייבן בסוד צווישן
מיר אין די מנהל אזוי אז קיינער זאל דערפין נישט
געוואר ווערן.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-13/6/2006 23:22 לינק ישיר 

איך האב שוין גענומען מיינע זאכן, און איך האב שוין אריין געלייגט אכט הונדערט דאללער אין מיין טאש.

ווער עס האט נישט קיין אכט הונדערט דאללער קען (פראבירן צו) נעמען פון דא




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-13/6/2006 23:58 לינק ישיר 

יגר'ל;

UNBELIEVABLE


איך וועל זיין א הולך רכיל ומגלה סוד, אז מיט א קורצע צייט צוריק האט אונזער ידיד ר' יגר'ל פארטרויעט דעם פין-נומער פון זיין ניק פאר איינעם-צוויי פון די קרעטשמע מיטגלידער, און איך האב זיך דערשראקן אז דאס איז עס... געענדיגט מיט אים, מיר וועלן מער נישט האבן די זכיה צו הערן פונעם אריגינעלן "יגרסהדותא".

אבער ברוך ה' אז היינט האבן מיר די זכיה געהאט עטליכע מאל צו הערן דברות קודש, אריגיענעלע בא'טעמ'טע שמועסן און געדאנקן פון אונזער אלטער ידיד הרב "יגרסהדותא", וועלכער האט זיך צוריקגעקערט מיטן פולן פראכט, במלא יפיו והדרו.

עס איז צום האפן אז ער וועט זיך טאקע פארזוימען ביי אונז א וויילע, און אונז געבן צו קאסטן (תרתי משמע) פון זיינע געשמאקע געדאנקן וואס ליגן אים בכיסו (שבמח ושבאפונדתו).



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-14/6/2006 02:25 לינק ישיר 

WOW WOW WOW נישט צום גלייבן אזאנס? ארויסגעבן אלע סודות פון הונטען טיש, אנע פרעגן, כ'מיין אזויפיל ביזנעס קאנפידענשאל האסטו נישט.? הא.? עניוועי על מיר מוזן מאכן אן ערענסטע דראסטישע מיטונג.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/6/2006 03:17 לינק ישיר 

אהההההההה..... פיינעלי!...... פייייייייייייייינעלי!!!!!!.......

שוין אזוי לאנג וואס איך פייט פאר דעם, כ'גארגל זיך אויס ביי יעדן מיטינג, און נאכער בלייב איך נאך אין אפיס זיך ארומראנגלען מיט סאכדעס'ן פרובירנדיג אים איבערצוצייגן. איך זע אז ער איז נאך אלץ נישט צופרידן אבער מ'וועט זיך שוין באפארען מיט אים.....

עניוועי, צום ענין.

איך האלט אז מען דארף דעפיניטלי אויסברייטערן און אויפבויען א פראכטפולן 'קהלס אפיס' (דאס איז אויסער אן עקסטערן בהרחבה'דיגן אפיס פארן ראש הקהל פארשטייצעך, פון וואס מ'העמיר שוין פריוואט רעדן מיט די הנהלה), דער אפיס זאל פארמאגן א ריזיגן קאנפרענץ רום מיט א מעהאגעני טעיבל סעט ווי מען וועט מאכן די מיטינגען (פארשטייט זיך אז יאנאש וועט זיך מוזן שויערן בעפאר ער וועט זיך צוזעצן צו אזא פענצי טיש).

איך האב נאך זאכן וואס איך טראכט, אבער איך הער שוין סאכדעס'ן שווער אטעמען אונטער מיין אויער...... עפעס ברויזט ער שוין דארט ווי כאילו דער בודזשעט איז זיין דאגה........ וואטעווער.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-14/6/2006 05:21 לינק ישיר 

שרעק זיך נישט - יענטאאש - פון סאכדעס'נס שווערע אטעם, עס איז נישט מער ווי נארמאל און רוטין.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-14/6/2006 16:49 לינק ישיר 

סאכדעס, דאס הייסט פארציילט? ווער ווי דו ווייסט פון וויפיל זאכן איך האב בכלל נישט גערעדט, אבער אויב שוין באקומען דעם פסק, לאמיר נישט מאכן דאס גענאר דערפון, איך וועל אלעס פארציילן אזוי וועט האבן דיין קריטיק מער פשט...


יענטאש, ס'איז נישט שיין צו רעדן צום ציבור פון "אונזער" אפיס, קהל'ס לאנטש רום, אונזער קאבינעט קלאזעט, אוודאי וועלן מיר דאס האבן, דו מיינסט מיר האבן דאס פארגעסן, די גאנצע קרעטשמע וועט נאר זיין א "קנעפל פונעם רעקל" פון וואס "קהל" וועט פארמאגן, זארג נישט מיין קינד.


יעצט צוריק צו די פלענער:

ס'איז נאך אינטערן פראגע צייכן צו מ'זאל לייגן א גרעסערן דגוש אויפן קאווע שטיבל צו אויפן גמ"ח שטיבל. לאמיר דאס ברייטער אויסשמועסן. און מיר ווארטן צו הערן פונעם ציבור, יעדעס ווארט יעדע הערה איז זייער וויכטיג, די גרעסטע ראיה דערצו, זייטס נישט סורפרייזט, אבער איין שטיבל געבן מיר אוועק פארדעם! מער אינעווייניג צווישן דעם פאקסי-פאפ צימער און טשוקלעד-רום איז אין פלאן צו האבן א שטוב מיט 16 ווענט! פאנטינגאן וועט זיך פארדעם פארשטעקן. דער צימער וועט זיין אך ורק צו קענען רעדן צו די ווענט!! יעדער וואס האט א מיינונג וועט זיך דארט קענען אויסרעדן ווי א ניק צום מנהל, א קינד צום טאטן, און ווי מיין ווייב צו מיר..

ווי יעדער פארשטייט אליין, מיט אלעס וואס מיר פלאנען צו בויען מוז דאס נאך בלייבן א קרעטשמע!! א שווערע בחינה, ממש ווי שבור את החביות ושמור יינה, פסיק רישא ולא ימות, שטעלט אייך פאר נאכן אריינלייגן די 26 מיליאן דאלער וואס אזא פראדזשעקט קען אפקאסטן (דאס איז נאך אנעם בית החיים... נאר הערנדיג וויפיל דער ביה"ח קען קאסטן קען מען זיך פון דעם אליין אויסשטרעקן...) און דערנאך וועט מען זיך טרעפן מיט א בנין "היימישע שטותים"... נאר נישט דאס! ס'מוז בלייבן א קרעטשמע, און דאס איז געווען איינע פון די שווערסטע זאכן וואס מיר האבן געהאט מיטן ארכיטעקטער, אים מסביר צו זיין אז עכט חסידישע יודן "יונגעלייט מיט שיך און זאקן" [ס'איז מיר געפאָלן דעם אויסדרוק, פארפאלן..) האבן ליב א קרעטשמע!!


איז געווען די שאלה, ווי פארברענגן חסידישע יודן מער, אין קאווע שטיבל אדער אינעם גמ"ח?? נו האט מען אראפגעשטעלט א יונגערמאן מיט א תהלים'ל אין די הענד, פאר $8 דאלער א שעה, איין טאג דא און איין טאג דארט, און מיר האבן נעכטן נאכט געהאט די רעזולטאטן.


ער זאגט, אז אין גמ"ח שפאצירט מען מער, אבער, זאגט ער מיט אראפגעלאזטע מינע, דאס האט א הסבר, ווייל ביים גמ"ח קומט מען נאכאמאל אריין צוריקברענגן די געלט, משא"כ די קאווע גלעזל בלייבט אויפן טיש אינעם היכל/ביהמ"ד!!

געבויט אויף דעם פאקט, האט לכאורה געהייסן אז מען וועט אריינלייגן מער געלט אינעם גמ"ח שטיבל. האט יענאש אדער בןהרחמן זיך אנגערופן מיט גרויס פקחות ממש צום באוואונדערן, ער האט געבעטן, מיר זאלן בויען א גרעסערע קאווע שטיבל, איי מ'נוצט דאך מער דעם גמ"ח? זאגט ער: זאל מען בויען אזא גמ"ח וואס מ'זאל גארנישט דארפן צוריקגעבן!!!!!!!!!

אפשר ווען ער וועט זיצן ביים שיסל...



ווייטער:

די "קרעטשמע"

אפפס, דא זענען מיר אינגאנצן צומישט, ווי יעדער חכם פון מה נשתנה פארשטייט אליין, קענען מיר דאס נאר בויען לויט וויאזוי מ'וועט באטראכן דעם יעצטיגן קרעטשמע, באטראכטן ווען און וויאזוי קומען די מענטשן אריין, וואס זיי טוהן ערשט, וואס זייער ציל איז מיטן קומען, ווען באשליסן זיי ארויסצוגיין, וואס זענען די יעצטיגע ביטערסטע צייטן.

איז דאך דער כלל אין קרעטשע: כשם שאין פרצופותיהן כך אין דעותיהן, יעדער וויל עפעס אנדערש, ס'טרעפט זיך אן איין טאג וואס איינער זעצט דעם צווייטן מיט איין ניק, און גלעט אים מיט די צווייטע, יעצט גיי שטעל אויס אזאך וואס יעדער זאל זיין צופרידן, נישט מעגליך.

לדוגמא, נעם אים  און מאך אים פריילעך

נעם אים  און שטעל אים גראד אויף די פיס

נעמט'ס דעם יונגערמאן און לייג אים אראפ ביידע הענט נארמאל

נעמט'ס דעם איידעלן שעמעדיגן פאררויטלטן בחור'ל  און בעט'ס אים ער זאל זיך עפענען דאס מויל, פאר קיין געלט נישט.

אין איין ווארט, מיר קענען נישט בויען די קרעטשמע פאר מיר ווייסן נישט וואס דאס איז...

*

די טעוועלעך אויפן בנין.

אויפן הויפט אריינגאנג וועט לכאורה שטיין די ווערטער:

תוקן על ידי - יגרסהדותא - 14/06/2006 17:42:55



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/6/2006 08:01 לינק ישיר 

יגר, מוראדיג מוראדיג

charming !!! my darling...

איין קליינע הערה, פון די 'מקוה' האט מען אינגאנצן פארגעסן ? ווי קען דאס זיין רבוש"ע ?!
חסידישע יונגעלייט, מיט קורצע הויזן און האלבע שיך, און גארנישט ? אן א מקוה ?....
מיין סוזשעסציע איז אויף צפון זייט, ביזדערווייל האט מען דאך נאר גערעדט פון דרום זייט, נו , זאל אויף צפון זייט געבויט ווערן די מקוה.


קרעמער;

איך הייב אן טראכטן אויב האט ער פארטרויט זיין פעסווארד פאר אנדערע... איז דאס גארנישט יגרל'ס.........

יענטאאש;

דו רעדסט אזוי גרויס פון קהל'ס שטיבל, און וואס טוט זיך מיטן שמש שטיבל פאר יאנאש'ן, הא ?
מאך עס נעקסט צו די מקוה וועט ער זיין נאנט צו די שויער'ס. אולי ...



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-15/6/2006 16:18 לינק ישיר 

מ'דארף גאר וויכטיג אויך מאכן א ביליגע געז סטעשאן,

דאס דארף לכאורה ברענגן אסאך מענטשן, זיי וועלן נעמען געז פאר ביליג, און נאכדעם שוין אריינקומען עפעס איבערבייסן

איך מיין אז דאס קען זיין דאס גרעסטע געווינס אויב מ'קען דאס באווייזן



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-15/6/2006 16:37 לינק ישיר 

ביסטגרעכט;

טאקע צוליב דעם גאז פראבלעם האבן מיר שטענדיג גרייט צוויי ריזיגע טעפ טשאלענט, עס זאל זיין איבערגענוג גאז פאר אלע פארבייגייער.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-15/6/2006 22:36 לינק ישיר 

אזוי ווי איך זעה דא, אז כולם פה אחד, יעדער איז מסכים, יעדער באשטייט, יעדער שטימט צו, אז דער מצב דא אין קרעטמשע איז עפעס אומדערטרעגליך, האב איך דעריבער אין תחילת נישט געוואלט ארויסזאגן מיין מיינונג און אפגעבן מיין שטומע. און פארוואס טאקע נישט? בין איך דען נישט פונקט אזוי בארעכטיגט אפצוגעבן מיין שטומע ווי די אנדערע תושבים דא אין דארף? און איבערהויפט אצינד ווען די הנהלה פארלאנגט דאס און וויל בדייקא יא הערן איטליכערס מיינונג בנוגע דאס איבערבויען? די סיבות דערפאר זענען עטליכע: 1] פשוט איך וויל נישט זיין קיין "אשר קרך", איך זעה ווי די איינוואוינער דא אין דערפל זענען אזוי ווארים דערצו, אזש דער עולם איז אריין אין אן עקסטאז און ס'גיסט זיך שוין די מליונען פון די קעשענעס, איז וואס עפעס זאל איך סתם אזוי קומען און פארדרייען קאפ? 2] בין איך דאך פון נאטור אויס א שטילער, א צוריק געצויגענער, און ווי די טבע פון די סארט מענטשן אז זיי פארלאזן אלעמאל אויף די געטרייע הנהלה, אויף די מסירעס נעיפעשדיגע טובי הקהל וועלכע ארבעטן לטובתינו מיט איבערמידליכע כוחות הגוף והנפש, איז דעריבער אויב האט קהל באשלאסן אז מ'דארף איבערבויען טא מה נענה אבתרי'? כ'גלויב בנאמנות אז די געטרייע ראשי קהלה ווייסן וואס זיי טוען און איך פארלאז מיך אויף זיי מיטן גאנצן נאמנות! און זיי ווייסן דאס אויך גאנץ גוט...
 
נאר וואדען? וואס פלוצים האט מיר געברענגט אז איך זאל ברעכן מיין שטילקייט? פארוואס דאס מאל אנדערש ווי געווענדליך האב איך גענומען א באשלוס צו טוען פארקערט פון מיין נאטור?
דער תי' דערויף איז, תמכתי יתידותי - כ'האב זיך אנגעכאפט אין די ווערטער פונעם חכם מכל האדם אין די קהלת מגילה, וואס איז עומד וצווח, ס'שטייט און ס'שרייט, ס'מאנט און ס'פאדערט, "עת לדבר". ס'קומט אמאל א צייט וואס א מענטש - טראץ וואס זיין נאטור ערלויבט אים דאס נישט ווייל ער איז פון נאטור אויס א שווייגעדיגער - אבער קומט אמאל א צייט וואס מען מוז יא רעדן, ס'נישט דא קיין צוויי ברירות.

די פראגע שטעלט זיך נאר, פון וואו ווייס איך אז יעצט איז טאקע געקומען דער "עת לדבר"? ווער האט מיר דאס געמאלדן אז דער עת לדבר איז סובב והולך אויפן איצטיגן נושא? צו האב איך דען דאס געהערט בנבואה אדער בחלום?, צו גאר א גילוי אלי', אדער וואס? ניין! בפירוש נישט!, טא וואס יא? די נאטור מיינע...!, אז אויב פון נאטור אויס בין איך דאס פארקערטע און דא פלוצים האט מיר אנגעהויבן פאדערן אז איך מוז נעמען א שטעלונג, ממש להיפך פון מיין נאטור, אטא דאס איז דער גערעסטער גילוי אז אט יעצט איז טאקע דער זמן וואס דער חכם מכל האדם פאדערט פון מיר און ס'איז "עת לדבר". 

וואס איך וויל פארשטיין איז:

1. איך שטיי און איך ווינדער זיך, רוב שעות פון טאג איז די קרעטשמע הערעמעטיש פארקלאפט, ס'באווייזט נישט קיין עובר ושב, קיין נפש חי' טרעט נישט אריין דא, יעדן מאנטיג און דאנערשטאג דארף מען ארויסשיקן הזמנות מיט הזכרות צו די איינוואוינער'ס אז מען זאל זיך קומען מזכיר זיין, און דא פלוצלינג זאגט ער מיר אז ס'איז ענג, מען שטייט צוזאמען געקוועטשט, וואו-וואס-ווען? אפשר צייגט איר מיר אן ווען און וואו עס האט שוין אזעלעכס פאסירט דא אין די קרעטשמע אז ס'נישט געווען קיין פלאץ?

2. לויט ווי איך ווייס איז די קרעטשמע אזא סארט קאמיוניקאציע אפאראט וועלכע ווערן באנוצט בלויז דורך הויכבאשפריצטע אגענטורן, אדער פון געוויסע עלעמענטן אדער אומשטענדן וואס ווילן זיך באהאלטן פון א גוט אויג..., מ'שטיינס געזאגט. כלומר, אזא סארט נישט פנים-אל-פנימדיגער גערעדעכטס, געשרייבאכטס, ווי אונזערע ברידער אונטערן אייזערנעם פארהאנג פלעגן זיך צנויפשפרעכן אויס מורא פאר די קעי. דזשעי. בי. סיגנאלן. א שטייגער ווען מען האט געוואלט מודיע זיין דעם חבר אז דארט און דארט ליגן באהאלטן א פאר תפילין וכדומה, האבן אלע אידן אין געגנט געוואוסט אז דארט און דארט, אויף דעם און דעם פלאץ, קען מען כסדר טרעפן א געהיימען איגרת'ל וועלכע צייגט אן פונקטליכע אינפארמאציע וואו די תפילין ליגן, וואו מ'זאל דאס טראגן דערנאך וכו'.
דאס זעלביגע שפילט זיך אפ ביי אונז אין די קרעטשמע. קרעמער קומט אריין שרייבט אָן אַן איגרת'ל און פוצט אפ. א וויילע דערויף קומט סאכדעס, ליינט אים אפ און שמייסט אריין א תגובה און וילך-געגאנגען. וילך סאכדעס ויבא גרויזאמער און טוט לערך דאס זעלביגע, און אזוי דרייט זיך דאס רעדל אין קרעטשמע יום ויום. טא ווען איז קיין פלאץ נישט דא? איז דען שוין אמאל געווען אזאלעכיגעס אז אלע אלע איינוואוינערס, בלי שום יוצא מן הכלל, פון דארף זאלן זיך צונויפקומען בבת אחת אין די קרעטשמע אז ס'זאל קיין פלאץ נישט זיין? אתמהה.

3. און וואס בשייכות קהל'ס אפיס? איז אזוי, מער ווייניגער מיש איך זיך דאך נישט אריין, אבער אז ס'רעדט שוין רעדט זיך עס..., לדעתי, אפילו ווען קהל מיטינגט שוין יא, מיין איך אז דאס איז נישט אין די קרעטשמע. זיי קומען זיך געווענדליך צונויף ערגעץ וואו. דא אין די קרעטשמע קומען זיי נאר אלעמאל אן מיט א באשלוס, אדער צו פרעגן דעם עולם, אבער א מיטינג דא אין די קרעטשמע מאן דכר שמי'? וכך היא דרכה של עולם, האט איר שוין אמאל געזען א קהל מיטינגען אין בעסמעדרש? טא אויב אזוי קומט ווידער די פראגע: ס'נישט דא קיין פלאץ דא פאר מיטינגען?

4. וואס דריקט מיר יא איז: די פראגע פונעם 'בית עולם'. וואסי? איז אזוי, איך שפעקוליר צו דעם בית עולם דארף מען טאקע יא אויסברייטערן? לויט די ציפערן פון די אקטיווע באזוכערס איז טאקע נישט גענוג אונזער איצטיגער בית עולם? צו האלט איר טאקע אז דא פליסן אריין פרישע באזוכערס, אזש אויף אזוי ווייט אז דער איצטיגער בית עולם פארמאגט שוין טאקע נישט גענוג קרקע?

און צום שלוס, הרבה נשאר בקולמסי, איך וועל זיך דערווייל דא אפשטעלן, זעט אויס אצינד שפיר איך שוין דעם עת לשתוק, איז א סימן אז כ'דארף זיך שוין שטעלן... ועד כאן, אבער איין זאך:

מיין שטימע איז: נישט צובויען! ס'אשאד אויף אידיש געלט. כנלפענ"ד.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-16/6/2006 00:43 לינק ישיר 

אוי נויעך, אוי קאטץ, וואס פארשטייסטו נישט? ווער וויל דען אריינקומען אין א קרעטשמע וואס יעדן ווינקל איז שוין אויסגעדינט און אפגעניצט.

ביסט נאך יונג, וואס פארשטייסטו דען.

דא ביים נייעם פלאץ וועט צוקומען דאס פאלגענעדע וואס וועט אזויפיל צוגעבן, כ'וועל נאר געבן א דוגמא:

סיי אין וועלכן צימער איר וועט זיך געפינען, וועט איר קענען מיטהאלטן "לעבעדיג" וואס טוט זיך אין די אנדערע שטיבער, ס'איז אזוי דיזיינט ווי די "שנים עשר גזרים" ביי קריעת ים סוף, אלע ווענט פון גלאז, די גאנצע דאך פון שפיגל. יעדע 2.5 פיס א ספיקער, יעדע 17 אינטשעס א מייק.

זאג דו מיר, צו ס'וועט נאך זיין אזוי שטיל דא...

עס וועט אגאנצן טאג בלאזן פון אויבן עירי-קדישין, און פון אינטן היציגע-ליפט. ווענטילאטעס (פענ'ס בלע"ז) וועלן אראפהענגן פון דאך יעדע קוואדער פיס, עקזאסטער'ס יעדע 1.3 מעטער.

בנוגע די מקוה טוט זיך דאך אן איבערקערניש, לכאורה ווי מיר קענען זיך, וועט מען דארט ווי מ'דארף אריינגיין לייגן א טאוועל "ארויסגאנג" און דאס זעלבע פארקערט, וואס לכאורה וועט דער וועג ארבעטן די בעסטע...

מיט א גאר שטארקן וועקים-קלינער כח, וועט ווערן אלע שמוציגע האנטיכער אריינגעטראגן ווערן אינעם וואש מאשין, אזוי אז קיין שום "בני חם" זאלן עס נישט דארפן צוזאמענען אינמיטן אונזערע הייליגע טהרה אין שוויץ.

הרב שמו שליט"א (ערשטע נאמען: הרוצה בעילום) טענה'ט אז אויפן ביה"ח מוז מען אויך האבן א פלאץ ווי צו האלטן משקאות. לפי שיטתו הערט מען נאך דארט ברימען... דאס צייגט אז עפעס לעבעדיגע זענען פערצופאל אהין אנגעקומען שלא בעונתם.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/6/2006 01:36 לינק ישיר 

מצורף קובץ

העי העי רוק דיך דארט!

......

אזוי, יאנאש כאפ עס אן פון יענע זייט..........

נעם ארויס די בוק פון אונטער די פאפיר דא...מען קען נישט אזוי זען גארנישט

רואיג רואיג! שטיפטס ענק נישט

..................


..................

םםםםםםםםםם אהאאא אהא

איך זעה איך זעה

צצצצ! ווער האט אויסגעלאשן די לייט? אה.....

הערליך הערליך!


איין מינוט, די מקוה טאקע. וואו גייט זיין די מקוה?

.......

אה אפשר דא..........


די קאנפערענץ רום איז עפעס מעכטיג.....

יגרל ווער גייט דאס צאלן עס איז דאך מעכטיג!






דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-17/6/2006 00:35 לינק ישיר 

ביזדערווייל וואס די קרעטשמע גייט אדורך די נויטיגע רענאוואציעס, קענט איר כאפן א טרונק און א צובייס דא, אינעם צוגעבויטן שטובל: http://kraitchme.blogspot.com/



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
   
בית > פורומים > חברה וקהילה > היימישע קרעטשמע > -- מ'גייט איבערבויען די קרעטשמע --
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext