בית פורומים היימישע קרעטשמע

אונזער טאגבוך

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-14/6/2006 02:23 לינק ישיר 
אונזער טאגבוך

טראכטנדיג וואס מ'קען עפעס אויפטוהן דא אין די קרעטשמע , איז מיר בייגעפאלן אן איידיע , אזוי ווי אסאך מאל מאכט זיך ווען ס'קומט איינעם צו באדאנקען קומען צוקריכן ניקים פון אלע זייטן , אז מ'גלייבט זיך אליינס נישט אז אזויפיל מענטשן דרייען זיך דא , און ס'איז נישט מער ווי יושר אז זיי זאלן אויך פון צייט צו צייט זיך לאזן הערן און מהנה זיין דעם עולם , אבער נישט אלעמאל האט יעדער א קאמענט אויף די אישוס וואס ווערן דא דעבאטירט , האב איך געטראכט א איינפאל פון א טאגבוך ווי יעדער וועט אריין שטעלן א יעדן טאג אדער כמעט יעדן טאג זיינע איבער לעבענישן פארשטייט זיך אז ס'זאל זיין מער ווייניגער אינטערעסאנט , ביי יעדן מאכט זיך מער ווייניגער אינטרעסאנטע זאכן וואס פאסירן טאג טעגליך , און נישט אלעמאל האט מען מיט וועמען צו לאכן אדער מיט וועמען זיך צו רעגן , מיין איך אז דא וואלט געווען די בעסטע פלאץ דערפאר , איך לאז דעם עולם דעבאטירן דעם פלאן און אויב ס'געפעלט פארן עולם זאל זיך יעדער בלי שום יוצא מן הכלל באטייליגן דערין , מ'דארף נישט זיין קיין שרייבער פאר די זאכן , מ'בעט נישט פונעם עולם ארויס צו געבן געפילן וואס דאס איז אביסל שווער , נאר פלעין פשוט וואס האט פאסירט און מ'וועט געוואר ווערן אז ס'קען פאסירן ביי יעדעם.

איך וועל אנפאנגען מיט צוויי קלייניגקייטן
 שמועסנדיג מיט איינעם איז אויסגעקומען צו רעדן אז ביידע דארפן מאכן א דעפאזעט אינעם זעלבן באנק , האט מען זיך אנגעפאנגען טענה'ן ווער ס'זאל גיין און מיט נעמען דעם אנדערנס דעפאזעט , אלס גוטער בטבע איז עס געבליבן ביי מיר , איך קום אן ממש פארן באנק באמערק איך דעם חבר מיינעם אדוירעך פארן , געב איך אים א קליק אריין אויפן נעקסטעל און פרעג אים , ביסט דאך עניוועי אהער געקומען וואס האסטו נישט געקענט מיט נעמען די דעפאזעט , נעמט ער זיך לאכן אז ער כאפט זיך הערשט יעצט אז נישט ער גייט מאכן די דעפאזעט , נו פרעג איך ענק קען מען נישט פלאצן , נאר ב"ה דאס זאל זיין די ערגסטע.
אביסל שפעטער אין טאג בעט מיך איינער איך זאל אים אויפפיקן פון ערגעטץ ( פאר געלט ) איך האלט שוין נישט ווייט פון יענעם'ס פלאץ , קליקט מיך יענער אריין , אז איך דארף שוין נישט קומען ער איז שוין אויפן וועג , איך בין דאך א גוטער ווי אויבן געשמועסט איך זאג אים יישר כח און איך דריי מיך אויס צוריק , איך בין נאר נייגעריג וואס דער עולם האלט דא זאל איך יענעם טשארזשן פאר דעם אדער נישט , ( איך מאך אים אפט טריפס , זאל איך עס אריין לייגן אינעם ביל אדער עס אראפשלינגען און גיין ווייטער ? )

איך האב אנגעפאנגען , און יעדער זאל ממשיך זיין אבער יעדער ממש , (אויך די אלע וואס מ'זעט נאר ביים באדאנקען זיך פאר נאטורליך אדער קרעמער  ) לאזטס ענק הערן .



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-14/6/2006 02:59 לינק ישיר 

קענסט נישט פארלאנגן אזא זאך, איך קען נישט שרייבן ברבים, איך ציטער געפערליך, מוזט פארשטיין



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-14/6/2006 03:33 לינק ישיר 

מצורף קובץ

נעבעך, אזא טאג האב איך נאך און מיין לעבן נישט געהאט, און אמת'ן אריין וואס איז שייך צו זאגען, ס'איז א לענגערע באשרייבונג, מ'סארי אבער איינער האט מיך אריינגעקליקט אז איך זאל איהם דעפאזעטן א טשעק





דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-14/6/2006 04:00 לינק ישיר 

גיט, איך וועל פארציילען א מעשה שהי' צום פרישען - נאציאנאלען טאגבוך

איך גיי אריין צו מיין גראסערי מאן היינט צופרי, קויף איין די טעגליכע באדערפענישען פאר די שעפעלעך מיט זייער מאמע. כמעט אלע חפצים פון די ליסטע ליגט מסודר אין קליין שאפינג קעסטעל. שפרה'לע כאפט מיך אָן מיט די לינקע האנט, זי האט שוין איר באליבטע סנעק און די לינקע האנט, דער זייגער קלאפט האלב נאך אכט איך בין שוין פינף מינוט בעהיינד סקעדזשול.

אזוי ווארטענדיג געדולדיג עס זאל קומען מיין רייע, צו מיין מזל שטייט בעפאר מיר א פעשליכע אידענע מיט'ן שירצעל און טורבאן, דער ריח גיט ארויס דעם סוד אז מען האלט שוין אצינדער נאכען אפבאקען אפאָר הויעכע קאָקאָש קעיקס. דער קאָרדלעס טעלעפון שטארט זיך ארויס פון פאָנדזשעלוי, און מאכט א גרענד אָרדער וואס פאסט זיך ליבערשט פאר ערב פסח, זעהנדיג די ראָציגע נעזער פון די פיצלעך זאג איך גארנישט נאר ווארט מיט געדולד און רחמנות ווען איך בייס זיך די ליפען און ווארט אויף די מינוט זי זאל פערטיגען. זי לויפט זיבען מאל הין און צוריק איינטוישען, צוריקטראגען, צולייגען צום ארדער און מיר אלע איינקויפער שפרינגען אינטער. די קינדער שלעפען ארויס די לאליס פון וועגעלע און זי שרייט "כא געזאגט אראפ לייגען" יואלי קריך אראפ פון די פאָטעיטע באקסעס דע מיסטער וועט דיך ארויס ווארפען".

דער סטאָרמאן לייענט מיין שטערען און פרעגט מיך "יאנקעל יאגסטדעך היינט? נא נישט געפערליך, רעד ווייניגער, קלאפ נאר מיט'ן פינגער און ענדיג צו ווייל דער זייגער לויפט.
האסט נישט קיין עירקאנדישען? פרעג איך,  סי הייס אין סטאָר!
דער עירקאנדישען איז קאליע געגאנגען. איך זיך נישט צו קויפען א נייע, עס קאסט א פארמעגען.
אהה אפשר קויפסטו ביי מיר, איך האב א גרויסען יאָנוט צו פארקויפען [מיר גייען שוין אין קאנטרי, קומענדיגען זימער אז משיח איז ח"ו נישט דא וועלען מיר האבען סענטרעל אין די נייע דירה]
גיט זאגט ער, וויפיל ווילסטו דערפאר?
פינף מאות, עס וועט דיר קאלט מאכען דעם סטאָר ווי אין א קראצמעך פריהמארגען. הממ לאמיך טראכטען, ער קאלט דאס ווייב, רעדט אין האלב צוקראכטען ענגליש [איך זאל נישט פארשטיין] ער בלינקט מיט די אויגען, דאס מיינט צו זאגען מען קען גיין צו קאָנטראקט.
דער מקח איז פיינעל זאג איך אים, היינט מיטאג האסטו דער עירקאנדישען שרייב מיר א טשעק פאר פינף הינדערט דאָללאר איך קום דערנאך זעקס אזייגער.
מיר רייכען זיך דו הענט, ער פארטיגט רעכענען די פרוי'ס 4 אייער באקסעס און איך בין עקסיידעט פאר'ן פטור ווערען פון אלטען עירקאנדישען, ער איז גליקליך מיט מיין שמאטע.
מיטאג צייט האט זיין מעקסיקאנער גוי אראפגעשלעפט דעם גרויסען עירקאנידשען [נאך נדן פון די חתונה] און ווי איך הער, הערשט שוין א קרירת אין גראַסערי. מען האט שוין צוריק געשטעלט דעם באק-בעקעלע אין פארענט כדי די דורך גייער זאלען נישט ווערען באטראפט פון וואסער וואס רינט אראפ.

די מעשה הייבט זיך ערשט יעצט אן, איך קום אריין פינף דרייסיג מיט א שמייכעל פון דאנעט ביז סארעטאגע, "נא ווי איז דער טשעק?
דא האסטע, פינף הינדער דאללאר אויסגעשטעלט צו יאנקעל..
און וואס איז מיט טעקס? פרעג איך
איך געב דיר דאך נישט צו א קאמפאני! זאגט ער
אבער איך געב דיר אויך נישט צו א קאמפאני און דו רעכנסט אייביג טעקס אויף אלע עסען
-ער שטייט מיט די צינג אינדרויסען- טראכט און קוקט אויפ'ן בוידעם.
הער זיך איין זאג איך אים, אדער געסטו מיר די טעקס אדער הערסטו מיר אויף צו רעכענען טעקס, מהיום והלאה.

ער וועט גיבען אנטווארט מארגען. "האסט א שטיקעל טענה זאגט ער"
וועל מיר זעהן מארגען...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/6/2006 05:01 לינק ישיר 

נאטורליך;

ביי די וועי, איך האב נישט געוויסט אז שפרה'לה האט צוויי לינקע הענט.

אפס, איך האב שיעור יא פארגעסן, גארנישט ספעציעל האט פאסירט ביי יאנאש'ן היינט, אפשר מארגן.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-14/6/2006 05:07 לינק ישיר 

איינער וואס לייענט מיט צוויי רעכטע אויגען זעהט צוויי לינקע הענט



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/6/2006 06:05 לינק ישיר 

היינט  ציפרי האב איך זיך זייער געיאגט כ'האב אבער שנעל אנגעיאגט צי מאכן א קאווה אבער פין גרויס איילעניש האב איך עס געלאזט אויפן קאונטער.


איך האב זיך דערמאנט פינעף מינוט פין מיין הויז, האב איך געדארפט ציריקלויפן
אין לאזן מיין חבר ווארטן צען מינוט?




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-14/6/2006 20:54 לינק ישיר 

די פאלגענדע מעשה האט ביי מיר פאסירט, איך האב עס אפגעשריבן אין א צווייטן פורום, און פון דארט איז עס שוין געווען געדרוקט אין דעם "קול הציבור" וואס ערשיינט טעגליך אין בארא פארק. איך לייג עס יעצט דא אריין פארן "טאגבוך הציבור" פאר אייער הנאה, ליינט און שטוינט 

די מעשה האט ביי מיר פאסירט דעם פארגאנגענעם מוצאי שבת קודש, איך בין נאך אונטערן שאק, ווייל נישט יעדן טאג באגעגענט מען זיך מיטן לאנגן ארעם פון די השגחה עליונה, אבער ווען דאס פאסירט אזוי אפן, קען קיינער נישט פארלייקענען אז דאס איז השגחה פרטית ממש.

אנגעהויבן האט זיך דאס דעם פארגאנגענעם דאנערשטאג (נשא ב'), בערך 12 אזייגער ביינאכט רופט מיר אן איינער וואס האט געברויכט קומען מיט אפגעבן א וויכטיגע דאקומענט, אז ער איז אקורשט געווען ביי מיין טיהר, געקלינגן און געקלינגן דעם בעל, אבער אין קול ואין עונה, קיינער האט אים נישט געענטפערט, איז ער אהיימגעגאנגען.

עס איז מיר געווען א שטארקע וואונדער, ווייל איך בין געווען אין שטוב, און פארוואס זאל איך נישט האבן געהערט דעם גלעקל? יענער האט זיך אביסל פארענטפערט, אז אפשר צוליב די שפעטע שעה האט ער זייער לויז געדרוקט דעם קנעפל דערפון, נישט וועלנדיג אויפוועקן מיין הויזגעזונד, אבער... עס איז געבליבן א פלא.

פרייטאג נאכמיטאג האב איך שוין באמערקט אז דא הערשט א טיפערע פראבלעם, פשוט דער בעל ארבעט נישט! מען קען אים דרוקן מיט אלע כוחות אבער ער לאזט זיך נישט הערן, ווייזט אויס אז די קינדערלעך האבן שוין ווידעראמאל אויפגעדרייט די ווייערלעך אונטען נעבן טיהר, אזוי ווי זיי האבן שוין נישט איינמאל געטאן.

איך קלער שוין ביי מיר: "יעצט ברויך איך שוין ווידער רופן אן עלעקטרישן, וועלכער וועט מיר בעטן א סכום הגון בלויז פארן צוזאמדרייען די פאר ווייערלעך" (איך אליין בין דאך א באקאנטער בטלן מיט 2 לינקע הענט... איך פארכט זיך אנצורירן א ווייערל).

שבת קודש באנוצט מען זיך נישט מיטן בעל, האב איך געקלערט אז מוצאי שבת אדער זונטאג וועל איך שוין אריבעררופן דעם מומחה דאס צו פאריכטן, און א כפרה אויף די פינעף און דרייסיג אדער פופציג דאלער וואס ער וועט בעטן, מען קען דאך נישט לעבן אן קיין גלעקל ביים טיהר (בפרט ווען מען וואוינט אויפן אויבערשטן שטאק).

מה עשה הקב"ה?

מוצאי שבת קודש, די קינדער זענען געווען פרייליך און גוט אויפגעלייגט, זיי האבן אלע געהאלטן נאך א צוויי שעה'יגע שבת נאכמיטאג שלאף, האבן זיי זיך אביסל צולאזט מיט די באלי, א מזל האבן זיי געהאט אז די שכנים פון אונטן זענען נישט געווען אין שטוב, האבן זיי געשפילט מיט די באלי, געהאקט און געזעצט דערמיט, כאילו זיי געפונען זיך אויף א ליידיגן שטח אונטערן פרייען הימל, ביז ....

טרררררררררררך, די באלי (טאבע) האט שוין עפעס אומגעווארפן אין שטוב, איך הייב זיך אויף פון מיין בענקל צו גיין זען וואס עס האט פאסירט. גארנישט... די דעקל פונעם אונטערקאם (וואו מען קלינגט צוריק די בעל) איז אראפגעפאלן, און עס אנטפלעקט זיך פאר מיר א גרויסער סוד... 4 גרויסע באטעריען!

איך האב זיך גלייך געכאפט ב"ה וואס די ווינק פון הימל איז, מיר האבן ארויסגענומען פון לעדל 4 נייע באטעריס, און וואונדער איבער וואונדער -------- די בעל ארבעט א מחיה!

איך וואוין שוין אין דעם דירה איבער 5 און א האלב יאר, איך האב ביז היינט נישט געוואוסט אז די בעל פארמאגט באטעריען, יעצט - א דאנק דעם אפענעם ווינק פון הימל - ווייס איך דאס שוין גאר גוט, און איך שפיר פאר א זכיה צו דערציילן ברבים דעם אינטערסאנטן השגחה פרטית עפיזאד.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/6/2006 21:36 לינק ישיר 

ביסטגערעכט , דו ביסט לגמרי נישט גערעכט דו הייבסט נישט אן צו ציטערן די אויתיות אויפן סקרין זענען זייער גראד , שעם דיך נישט שרייב און לאז יעדן הנאה האבן

נאטורליך , ס'איז מיר א זכיה אז דו האסט גענומען די מיה און אריין געשריבן אונעם נאציאנאלן טאגבוך , און ווי געווענליך מחיה געווען דעם עולם קורץ און שארף ,

יישר כח פאר אלע חברים פארן זיך נעמען די צייט און אריין לייגן דא זייערע איבערלעבענישן קיפ איט אפ

און יעצט וועל איך צו לייגן נאך אן עפיזאד פון היינט , איך שמועס מיט איינעם היינט און בית מדרש פאר בערך 15-20 מינוט , און יענער געט זיך א כאפ אז ער האט אנגעטוהן זיין של יד אן זיין של ראש , ער ווייסט נישט אויף וועלעכע וועלט ער איז , ביז ער כאפט זיך אז למעשה האלט ער אין מיטן לייגן תפילין און מיך זעענדיג האט ער זיך פארטראכט פון אן ענין וואס ער האט געוואלט זיך דוירעך שמועסן און פארגעסן וואס ער האלט אין מיטן טוהן.

טאמער די מעשה איז אייך נישט אינטערעסאנט ,( איך האב א קאמפלעקס , וועא"מ ) געטס א מאך צו דעם אשכול און עפענט עס נישט צוריק אויף ביז עס וועט נישט נאכאמאל בלינקען דער גרינער לעמפעל ,




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-15/6/2006 18:04 לינק ישיר 

חחחחחחחאאאאאאאאאאאאחחחחחחחחחחחחחחחחחחאאאאאאאא

נאר אזוי,

איינער האט נעכטן געפארקט זיין קאר פארנט פון א ביזנעס פלאץ

די ביזנעס האט יעצט געפענט 10:45, און געזעהן דעם קאר, אן פרעגן קיין צוויי קשיות, האבן זיי גענומען זייער היי-לאוי, אויפגעהויבן דעם קאר, און עס אראפגעלייגט א  גאס ארויפציר, אינמיטן די וועג....

קארן פייפן, פאליס איז דא....

חאחחאחאחאחאחאחאחאחאח   נאר אזוי, אנדערש וועלן די חברה קיינמאל נישט פארשטיין



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/6/2006 18:25 לינק ישיר 

יגר'ל,

איך האב אמאל בייגעוואוינט אזא מעשה, א קאמפעני וואס דיסטריביוט עסנווארג פראדוקטן,(קעטשאפ, זויערע פיקעל, גרינבינס, א.ד.ג.) האט אויך אויפגעהויבן א קאר מיט זייער היילאו, דער איד פארוועם די קאר האט באלאנגט איז געקומען ארויסצולויפן מיט איין אטעם און ער איז געווארן מלא חימה, ער האט אנגעפאנגן צו ווארפן קעטשאפ באטלעך ס'האט זיך געגאסען דארטן קעטשאפ ווי וואסער, וחמתו שככה.

מער האבן זיי נישט אויפגעהויבן קיין קאר'ס מיט זייער היילאו.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-16/6/2006 23:15 לינק ישיר 

היילא.

די טראלי האט זיך אמאל פארהאנקערט אין שניי, האט מען גערופן א היילו פון לאמבער יארד
און האט דאס אונטער געהויבן ווי א קינדער שפיל.

בנוגע אוועקטראגן א געפארקטע קאר מיט א היילאו, דאס איז אומלעגאל צו טון, און מען קען געהעריג זיצן דערפאר און\אדער צאלן א פיין . נאר איינער ואוס איז אוטאריזירט דערפאר מען אוועקפירן א קאר.

ליין דא די געזעצן פון די שטאט טאטעס.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/6/2006 23:59 לינק ישיר 

האסט פארגעסן צו לייגן די לינק, דו חכם איינער.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-17/6/2006 00:28 לינק ישיר 



היינט האב איך געגרינדעט א בלאגעלע...

http://kraitchme.blogspot.com/



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-22/6/2006 01:43 לינק ישיר 

כדי נישט צו לאזן דעם אשכול פאלן צו טיעף וועל איך עפעס אפיר טרעפן פאר היינט ( די נעמען זענען עכט נאר די מעשה איז געטוישט משום כבוד פון די באטרעפנדע )
איך טראכט און טראכט אין ס'פאלט מיר גארנישט ביי , אה איך דערמאן מיך שוין , איך דערוועק מיך ארום האלב .... ( איך שעם מיך צו שרייבן די עכטע זייגער , אוי עניוועי האב איך געזאגט אז די מעשה איז געטוישט ) אקעי האלב ניין , די קינדער זענען שוין מער ווייניגער יעדער ביי זיין פלאץ די יונגלעך אין חדר די מיידלעך אין סקול , איך גיס מיך אפ נעגל וואסער ( דאס איז עכט ) איך מאך מיך אלעס צו רעכט און היידא מ'לאזט זיך ארויס אויף די יארכע , איך רייט אריין אין שול , לויף צו צו מיין לאקער אפס פארגעסן די שליסל אונדערהיים , פארפאלן וועט מוזן זיין א מקוה אנעם שאוער , איך לויף צום מקוה די קארטל ארבעט נישט , ארלעדיגט איך ווארט אויס ווי לאנג איינער קומט אן איך מאך מיך ווי איך ליין די צעטלעך ארום און ארום אזוי ווי יענער לייגט צו זיין קארטל און הייבט אן אריין צו גיין , וגם אני בחלומי איך בין מיט אים , פארטיג מיט די מקוה , מ'גייט דאווענען , די סעל נעמט זיך קלינגען , ( עכט דריזלען ) איך קוק נישט אויפן טעלעפאן אין מיטן דאווענען , אבער יענער לאזט נישט נאך איינמאל און נאכאמאל נאך 4 מאל טראכט איך אז ס'מוז זיין זייער וויכטיג , הייב איך אויף מיט א נו, אה דו האלסט אין מיטן דאווענען פארוואס הייבסטו אויף דעם סעל אין מיטן דאווענען ? פרעגט מיך יענער אן קיין טראפ בושה עניוועי ס'איז נישט וויכטיג כ'וועל רעדן צו דיר שפעטער ביי , צום עמוד איז צוגעגאנגען איינער וואס זייט צייט איז באשאפן געווארן איז ער געווארן מיט אים פאניע בראד , און שלעפט זיך ארום מיט אים ווי ער גייט נאר , און יעדער דארף פאר דעם ליידן , ניטאמאל איז ער אין יאר אבער ער דאווענט שרייט פארפירט שפאצירט אויף די געהירן א יעדן טאג , ענדליך האלט מען שוין דערנאך , גייט מען צום תיקון טיש כמעט ליידיג , און דאס וואס איז יא דא דארף איך אליין פארשטיין די סיבה פאר וואס ס'איז דארט געבליבן ,

ס'ווערט שפעט איך וועל ממשיך זיין א צווייט מאל אי"ה , אז איינער וויל קען ער צוענדיגן איך וועל נישט זיין ברוגז,




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-22/6/2006 19:53 לינק ישיר 

אביסילע פארשפעטיגט אבער נישט צו שפעט. דעם פרייטאג פארנאכטס האט זיך נעילבייטער שטארק צו וויינט ביי קאפיטל הבו לשם בני אילים. אהא קול ה חוצב להבות אש ! וכולהו... נישט וויסענדיג פונקטליך וואס די סיבה איז פארן אויסבראך. ביי לכה דודי האב איך זיך געמאכט א חשבון הנפש דערנאך האב איך שוין אלעס פארשטאנען!! אוי ליבער גא-ט ביזט דאך יא אזוי שטארק און מעכטיג !! וואס איז דען פאר דיר מיר אריין צו רוקן א פאר "ב"יליאן !!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > חברה וקהילה > היימישע קרעטשמע > אונזער טאגבוך
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext