בית פורומים היימישע קרעטשמע

והלא מי רגלים יפים לה? ....

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-14/6/2006 22:22 לינק ישיר 
והלא מי רגלים יפים לה? ....

מ'זאגט דאס דריי מאל א טאג, וואס איז פשט אין די ווערטער?

פון וואס עקזעקטלי רעדט מען?

אמאל האב איך געהערט א פשט, אז עס איז פארהאנען אזא סארט כעמיקעל וואס רופט זיך 'אויך' מי רגלים, וואס איז זייער גוט צו פריזערווען א גערוך, און וואלט געווען א געלונגענע אויסוואהל און די קטורת (אנשטאט דו יין קפריסין), נאר מפני כבוד המקדש (פארמאגנדעג א מיאוסע נאמען) האט מען עס נישט גענוצט.

גיבט א קוק און דעם בייגעלייגטן לינק וואס דו פארשאלטענע אידישיסטן האבן אויף דעם צו זאגן:


http://yi.wikipedia.org/wiki/%D7%A4%D6%BC%D7%99%D7%A9%D7%90%D7%9B%D7%A5



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/6/2006 23:12 לינק ישיר 

די גאנצע תנו רבנן איז א ברייתא אין מס' כריתות, דאכצעך דף ו' ע"א, ועיי"ש בשיטה מקובצת (על הדף) ברענגט ער דעם פשט בשם תוספות.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-15/6/2006 02:59 לינק ישיר 

דער אשכול [מיט נאך אפאר אייניגע] איז א טיפיקעל עקזעמפעל פארוואס איך באזיך לעצטענס זייער קנאפ אין קרעטשמע, איך מיין נישט קיינעם אבער ההכרח לא יגונה.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/6/2006 09:47 לינק ישיר 

אלא שאין מכניסין מי רגליים בקרעטשמע מפני הכבוד




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-16/6/2006 07:31 לינק ישיר 

לגבי דעם ענין.
דאס ברענגט דער ברכי יוסף אויף דעם נוסח הברייתא פון והלא מי רגלים יפין לה:
ומקרוב נדפס ספר ארחות חיים וראיתי שם דף ס"ז ע"ב (בסדר תפלות מוצאי שבת) שכתב וז"ל, מי רגלים, כמשמען, וי"א מעיין ששמו מי רגלים ומימיו עזין מאד וריחן רע, אבל מי רגלים ממש חלילה שלא עלה על לב אדם לשרות בהן סמני הקטורת,


דאס איז איינע פון די אויסגערופענע אמעראצעס און שטוינענדע שטותים וואס די יידישע וויקיפידיע טראגט אין זיך.
אבי יענער האט געמוזט אריינשיסן אזא שטות ווי גלייך אמאל איז מי רגלים געווען א גוטע זאך. אפשר זאגסטו מיר א גוטע זאך לגבי וואס? אה, דו ווייסט נישט, דאן רעד נישט. קוק נאך און דאן קענסטו שרייבן. נישט שרייב שטותים והבלים איידער דו ווייסט ווייל דו מוזט דאך עפעס שרייבן. דו ווילסט דאך אז מענטשן זאלן דארט ליינען.
עס קוקט אויס ווי דארט שרייבן עטליכע אומפראפעסיאנאלע פארווייטאגטע אידעלעך וואס ווייסן נישט בין ימינם לשמאלם, זיי האבן נישט די מינדעסטע השגה אין כמעט קיין שום ענין . נישט אין קיין וועלטליכע זאכן, נישט קיין וויסנשאפט און נישט קיין פאליטיק, זיי באשרייבן גארנישט טרוקן ווי עס דארף קומען, נאר מיט אייגענע קינדערישע אויסדרוקן וואס איבלט יעדן.
אויסער אריינמישן וואו נאר מעגליך די סארט זאכן וואס יעדער "בעגינער" האט ליב, איז דארט ממש גארנישט דא צו געפונען.
עס איז איום ונורא ווי מענטשן וואס טרויען זיך צו שרייבן און דארפן כלומר'שט זיין די ליין מאטעריאל פונעם קומענדיגן אינטערנעץ דור, זאלן זיין אזעלכע אומוויסנדע און להכעיס'ניקע מענטשן.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-16/6/2006 18:51 לינק ישיר 

איך האב פאראכטן. גייט אריין אין לינק וועסטו זעהן. עס איז נישט שייך צו שעלטן און זיך רעגן פאר די זעלבע געלט קענט איר דאס פארעכטן אליינס דארטן. קיינער קען אייך נישט קאנטראלירן און אפמעקן אין וויקיפעדיע. דעריבער נעקסט טיים פרעגט נישט קיינעם קיין רשות איר באמערקט אזא טעות מאכט נישט קיין גאנצעטע מערכות געבט דאס א פארעכט און געגאנגען ווייטער. אחוץ טאמער איר האט ממש נישט וואס צו שמועסן אין קרעטשמע איבער אייערע כוסות אלקעהאלישע געטראנקן פון שטותים און לאקשן.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-16/6/2006 19:48 לינק ישיר 

אבישי;

האסטו זיך לעצטנס געטובל'ט אין נהר פישון?



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-16/6/2006 20:31 לינק ישיר 

קרעמער, אנשטאט פארעכטן האסטו נישט געדארפט מיך אנגרייפן בייסיג. איך האב עס פאראכטן אנשטאט דיר, די נעקסטע הערה וואס דו האסט וועל נישט אויס מיך פערזענליך צו שטעכן ווי דער ניק ש ש פארעכט דאס און פארטיק.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-16/6/2006 23:05 לינק ישיר 

אבישי;

ווער איז ש.ש.? רינגל ארום די ריכטיגע ענטפער:

שכר שכיר? שומר שבת? שומו שמים? שערי שמחה? שותה שכר? שמואל שמעלקא?



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-16/6/2006 23:16 לינק ישיר 

מסתמא מיינט ער דעם ניק שלמה_שלמן.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > חברה וקהילה > היימישע קרעטשמע > והלא מי רגלים יפים לה? ....
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext