| נשלח ב-18/6/2006 08:21 |
|
| |
אידישע ווערטער: שאלות
ווען נוצט מען די ווארט 'באבע' בלשון פעולה (צוגעלייגט אותיות צום שורש)?
|
|
|
|
| נשלח ב-18/6/2006 09:10 |
|
| |
איך וועל דיר געבן אין 'באבענס באבן' אריין, וואס 'באבע'לסטו דא? (די צווייטע ווארט איז מסתמא 'בלאבעל': בלאבעל בלאבעל בלאבעל, אין קורצן: בלא בלא בלא. אבער דאס האט אויך א שייכות מיט די באבעס תחי', על שם וואס די עלטערע פרויען האט זיך ביי זיי דאס שיסל תשעה קבין איבערגעיורען...).
איך האב פרובירט ענטפערן צו דער זאך, דערווייל מיין איך אז עס איז א 'באבישע' תירוץ..
|
|
|
|
| נשלח ב-18/6/2006 20:30 |
|
| |
און וואס איז מיט 'באבערן'?
די 'באבע' זאל זיך מיען (וועא"מ) פלעגט שטענדיג פארציילן 'באבע' מעשיות, ביז ווען זי האט אמאל גע'באבע'רט אונעם זיידן'ס לעדל ווי זי האט אנטדעקט א מעשה ביכל פונעם גרויסן 'באבא' סאלי ז"ל, פון וועלכע זי האט זינט דאן אנגעהויבן נאך-צו-'באבע'רן פארשידענע ערציילונגען, אן צו פארשטיין קיין איין ווארט וואס זי זאגט.
ת.נ.צ.ב.ה.
(ת'אטי נ'עמט צ'ו ב'אבי'ס ה'ויזן)
|
|
|
|
| נשלח ב-18/6/2006 21:21 |
|
| |
ווען די באבע וואלט געהאט הויזן וואלט זי דאך געקענט צוגיין צום עמוד?
|
|
|
|
| נשלח ב-18/6/2006 22:15 |
|
| |
באבעניו
וואס באדייט דאס אריינשמוגלען צוויי ווא"ו'ס אינמיטן א געווענליכע ווארט, ווי למשל "שרעקעוודיג" , אדער "זעעוודיג" וכדומה. וואספארא ו' אנשיקעניש איז דאס? איז דאס סתם פאר די נישטיגקייט אדער ליגט דא באגראבן עפעס א מיסטעריעזען געהיימען ציל
|
|
|
|
| נשלח ב-18/6/2006 22:51 |
|
| |
און פארוואס ביי דיין ניק איז דא אזויפיל ליינס צווישן די A און די W פארשטייסטו יא ?
|
|
|
|
| נשלח ב-20/6/2006 20:45 |
|
| |
אידישע ווערטער וואס ווערט נישט אפט דערמאנט:
ערווענט, אַבערוואַס, געזאלט
|
|
|
|
| נשלח ב-20/6/2006 21:12 |
|
| |
אבערוואז, מען האט דאס קיינמאל געזאלט ערווענען.
|
|
|
|
| נשלח ב-21/6/2006 02:52 |
|
| |
די ווארט באבע בלשון פעולה אינעם קומענדיגן זאץ:
די מעשה האסטו געהערט פון איינעם אדער דו האסט עס אליין אויפגע'באבע'לט,
די באבע דערפון איז פון די ווארט באבע מעשיות און נישט פון בלאבעל, און לכאורה קען מען זאגן די זעלבע ביי וואס באבעלסטו אז די שורש איז פון די ווארט באבע.
נ.ב. אויב איינער האט נאך שאלות אדער חקירות בנוגע אידישע ווערטער זאל ער זיך נישט פוילן און מיטטיילען פארן עולם
|
|
|
|
| נשלח ב-21/6/2006 17:13 |
|
| |
אויף דיין גאנצע השערה קען איך זאגן בלויז איין ווארט: אבערוואז...
|
|
|
|
| נשלח ב-22/6/2006 21:03 |
|
| |
בעני,
די השערה האסטו געהערט פון איינעם אדער דו האסט עס אליין אויפגע'באבע'לט?
|
|
|
|
| נשלח ב-22/6/2006 21:53 |
|
| |
וואס טוט זיך מיט " אקארשט " האט זיך איינער שוין אמאל געטראפן מיט אזא ווארט ?
|
|
|
|
| נשלח ב-22/6/2006 22:37 |
|
| |
אמאל? איך האב זיך אקורשט געטראפן דערמיט....
|
|
|
|
|
| נשלח ב-22/6/2006 22:48 |
|
| |
פון ווי נעמסטו אז ס'קומט מיט א " ו " ? איך האב דאך דאס אקארשט געשריבן מיט א " א " .
|
|
|
|
| נשלח ב-22/6/2006 23:06 |
|
| |
איך הער אז היצט אקארשט האט קרעמער געואלט זיין אביסל העברעאיש געשטימט.
|
|
|
|
|