מיינע פאנטאזיעס, קען עס צושטאנד קומען?
די וועלט בלייבט נישט שטיין, בשעת די בעל-הבית'טע וואשט די זאקן מיט די העמעדער קומען ארויס נאך און נאך אינטערעסאנטע ערשיינונגן, נייע פאטענטען חדשים לבקרים, גרינגער צו מאכן אונזער פארשווערטן לעבן, וואס אן אמת געטראכט, נאך אפאר יאר מיט אזעלכע ערפינדינגן וואס מיר האבן געהאט ביז היינט, גייען מיר ליגן אויסגעמאטערט אויפן (עלעקטראניק) קאטש שוין אזוי פרי ווי 8:30 אינדערפרי.
מיט א קליינעם בליק אויף צוריק, איז אין תרפ"ח געווען א פראבלעם, ווען איך האב געוואלט בעטן מיין חבר פון יענעם שטאט (איי, פון וואו האב איך אים בכלל געקענט, נישט פון זיין בילד וואס ער האט מיר געשיקט אין תיבה אישית...) איך דארף גאר וויכטיג האבן א מסכת בבא מציעא, ביטע שיק מיר דאס אריבער.
אזא פארלאנג, האט געקענט צושטאנד קומען, אזוי: מען האט געשריבן א בריוול, דאס שנעלסטע וואס מעגליך איז געווען א טעלגראם, (נישט אזוי ווי היינט ווען מ'רופט אויס ביי א שמחה, אז דער זיידע האט געשיקט א מזל טוב דורך א טעלעגראם!! סתם א ליצנות. איך פארשטיי מ'שעמט זיך נאך צו זאגן דער זיידע האט געשיקט א אי-מעיל.. אבער מעשים בכל יום, מ'קען דאך זאגן אויף אזא פאל, דער זיידע האט געשיקט מיט "בליץ פאסט", והמבין יבין.)
און דער אופן וויאזוי ס'איז אנגעקומען, האט מען דערקענט אויף דעם שליח אליינ'ס, א פארמאטערטן פנים, דורכגעשוויצט אפאר מקומות המסוכנים פון וואלד-רויבער'ס, גענעכטיגט אינמיטן וועג אין א קר... (דער עולם מעג שוין אמאל אליינס מיטזינגן, מ'ווייסט במילא וואס איך האב דא געוואלט שרייבן.... ...)
נו, אזוי האט זיכער נישט געקענט ווייטער אנגיין, שיינע מעשה, איך וויל זעהן א בילד פונעם פורום'ער רבין שליט"א וואס וואוינט אין יענעם עק דערפל, אין שכונות היידפארק והגלילות, וויאזוי ער האט די וואך געהיסט ביי א מסיבת לכתיבת ספר תורה, ווי קען מען דען ווארטן?.
היינט גייט א געווענליכן סדר היום אינמיטן טאג אזוי:
ארבעטער: עפעס דער מאשין פעקיטשט נישט בעה"ב: איין מינוט, איך בין יעצט העכערן פריזער, די זייגער ווייזט אז ס'איז יא קאלט, ביזדערווייל לא דובים ולא יער, רוף דעם מענדזשער מענדזשער: אה יא, איך ענדיג שוין, איך בין יעצט אויף א קאנפראנץ קאל, מיט *** קאמפאני אין פלארידע. ארבעטער: איך זעה שוין, די רעכטע פּאַרט פון די מאשין איז שוין צוגעריבן, איך וועל דאס ארדערן. ער לויפט צו צום קאמפיוטער, קלאפט אריין www.נייע-פארט@פאר-מאשין.com און אויפן ערגסטן פאל דייעלט ער אויפן טעלעפאן, באשטעלט פון די קאמפאני, מאכט א יד אחת מיט 1800 - FEDEX, און האט די ברירה צו וועלן GROUND, SECOND DAY, OVERNIGHT, און ביז 8 שעה אויב ס'איז נישטא האט ער שוין רעכט צו שרייען ווי א בין: וואסססס? איך האב דאס נישט באקומען? איך האק אפ מיט ענקער קאמפאני, אזא קליינע סערוויס קענען ענק נישט צושטעלן? שעמען מעגט איר זיך.
און דאן פאסירט דאס, ער פאלט אריין אינעם בענקל וואס פארמאגט גאר א הויכן רוקן און העכער דעם, ממש ביים גענאק, איז אויסגעריצט די דיזיין פון די קאמפאני, פאלט ער אריין א מידער און אויסגעמיטשיטער, מיט א קרעכטץ אינטער די וואנצעס, אזא שווערע טאג, שוין לאנג נישט געהאט.
איי, וואס איז? נישט אנגעקומען פון יענעם עק וועלט א פעקל? נו, אפשר האט יענער נישט געהערט ווי דו באשטעלסט! מעגסט דאך אמאל טראכטן, אז ווען דו רעדסט פון דיין טישל, מיטן שכל אנושי הערט מען דאס נישט געווענדליך מער ווי דיין אייגענעם צימער, איז וויאזוי פארלאנגסטו פון יענעם בחצי עגול הדרומי ער זאל הערן דיין פארלאנג...
העט עטס דאך מיר אנקומען ווי פון הימעל אראפ, היינט, אזוי צוריקגעשטאנען זאל יגר'ל זיין, ווייסטו דען נישט אז "אזוי לעבט מען"?
אוי ווי איך ווייס, אבער געב א קוק לאן הגענו, מיר זענען ערשעפט אפי' מיטן סעלפאן, הונגעריג אפי' מיטן מייקעראוועיוו אווען, די הויז איבערגעדרייט אפי' מיטן וועקיום קלינער, די שמוציגע וועש פיל אפי' מיטן וואש מאשין און דרייער, און דאס קנעפל צוריסן אפי' מיטן ניי מאשין, ואטו כי רוכלא ליחשב וליזל וכו' וכו'
זאל איך צולייגן: הונגעריג נאך נייעס אפי' מיט הייד-פארק??
איז שוין אויב דו וועלט איז יא אזוי פארגעשריטן וויל איך דא אויסרעכענען פאר מיינע חברים, ממש דאס מינומים טעכנילויגע וואס איך ווארט ס'זאל ארויסקומען. אבער ווי שנעלער ווייל ס'איז כלו כל הקיצין.
ווען ס'קומט 5:30 נאכמיטאג, ווען ס'איז מיין צייט אהיימצוגיין, וויל איך אז אלעס זאל זיך אפשטעלן לעבן מיר, אלעס מיינט אלעס. די סקאטש-טעיפ זאל מער נישט קלעבן, די סטעפלער זאל זיך נישט לאזן דריקן, די טעלעפאן זאל נישט קלינגן, די לייט זאל זיך אויסלעשן, און דער קאמפיוטער זאל זיך דערלעשן חוץ דער פורום וואס איך ליין יעצט!!
כ'וועל זאגן זייער פשוט, ביים אהיימגיין, דארף מען נאך דאס נאך יענטץ, "גיי נאך נישט איין מינוט" איז א קול וואס איך הער יעדן טאג אינטער מיין רוקן.
(נישט שלעכט... מיין חבר דא אין די זייט זאגט מיר, אז די אלע זאכן מעגן געשעהן אויך ביי לאנטש צייט.... זייער גוט, ושפתיים יושק..)
 |
|
|