העמעדער סלאגאנען
יא יא!
עס איז געמיין, געפערליך
אבער דאס איז עס!
מען זעט לעצטנס דאהי אינעם קרצמה עס דרייען זיך ארום מענטשן מיט קאלירטע העמדעדער מיט גרויסע
אויפשריפטן.
אםםם, אזאלכע וואס מען שפילט בעיסבאל... וואטעווער איט מינס... יא איך שעם מיך צו זאגן...
איך וועל נישט צופיל ארויסזאגן די פרטים, עס קען זיך נאך פארגלוסטן פאר אנדערע נאכצוטון...
אוי וויי!
איך מוז עס זאגן, יא... בעיסבאל העמעדער...
נאר אנשטאט די גרויסע נומערן זעה איך אויפשריפטן...
אויך קען מען זען ווער עס טוישט יעדן טאג די העמד... עס איז דא מאנכע וואס וועלן גיין מיטן די
זעלבע העמעד וואכן און אפילו חדשים אין א ציה, און ווען זיי עפענן א אשכול און קיינער ענטפערט
זיי נישט כאפן זיי נישט פארוואס... זאלן זיי זיך טוישן די העמד וועט מען קענען שטיין אין
זייערע ד' אמות! אוקיי?
שרעקליך!
די מער פרומערע צווישן אונז וועלן האבן אויף די העמד אידשע בוכשטאבן.
אבער די מיט די ענגלישע... אוי געוואלד! אוי!... א חרפה און א בושה...
יאנאש למשל טראגט א גרויסע גרינע בעיסבאל העמעד מיט גרויסע אותיות AVAILABLE
ווייטער זעה איך סאכדעס וואס אפאר מינוט צוריק האט ער געהאט א אנדערע העמד, קוקט אויס ער
טוישט יעדע צוויי מינוט. סאיז א הייסע טאג היינט. ניין?
ער אלס דעם דאיען'ס גבאי נוצט שוין אידישע אותיות. אבער פארט א רויטע העמעד מיט א בילד פון א
פוילישע גרויזאמער. זעט אויס ער וויל עס מאכן אויסזען מער אלטמאדיש.
אין די פראנט און אין די בעק פון די העמד שטייט א סלאגאן וואס ליינט זיך ער זוכט עס
ערגעץ מסתמא
אוי געוואלד!
אן אנדערעם דארט ארויפצוה זעה איך גראדע מיט דעם זעלבן פוילישן שיכור אויף זיין העמד. זעט
אויס עס סימבאלאזירט עפעס א טיעם. גיי ווייס. דארט שטייט אין גרויסע בלויע ווערטער
לילה טוף
ממש מען קען אויסגיין פאר רחמנות! ווער ווייסט? ער קען גאר זיין פון די נחל חרדי? וואס זוכן
זיי דא?
אוי געוואלד! געוואלד און געשריגן! סאיז א הארץ ווייטאג!
 |
|
|