| נשלח ב-23/6/2006 01:25 |
|
| |
ווען זענט איר געווענטליך דא ?
ס'איז מיר זייער אינטערעסאנט צו וויסן ווען דער עולם איז דא אין קרעטשמע , איי וועט איר דאך וועלן וויסן וואס גייט פאר , וואס בין איך געווארן אזא נייגעריגער , ס'איז דאך נישט עטיש צו פרעגן פערזענליכע קשיות פון מענטשן , איז דער תירוץ אזוי , איך דריי מיך שוין גאנץ לאנג דא אין קרעטשמע און כמעט וואס איך געדענק נישט אז עס זאל פאסירן אז איינער זאל שרייבן און דער צווייטער זאל ענטפערן אהין און צוריק ווי נארמאלע מענטשן , א יעדע תגובה וואס ווארט אן ענטפער קען נעמען פון 1 ביז 24 שעה ביז איינער מאכט זיך וואוסנדיג , מ'קען אמאל עפעס שרייבן און ריפרעשן צענדליגער מאל צו זען אפשר דאך האט זיך איינער מרחם געווען און געענטפערט , אבער ווי וואס ווען , די צפויות רוקט זיך מיט איין אדער צוויי נאמבער פער שעה , וויל איך וויסן צו איך בין דער פראבלעם אז איך קום פשוט אריין אין קרעטשמע אין א נישט גוטע צייט , אדרבא זאל דער עולם דערציילן וועלעכע צייט אין טאג זיי פאלן דא אריין זיך צו דערכאפן דאס הארץ , און לאמיר זען אויב ס'איז דא א צייט וואס רוב עולם איז צוזאמען און איך פארפאטשקע פשוט דעם ריכטיגן מינוט , איך וועל זיין דער ערשטער , איך פאל אריין דא געווענטליך ( ס'קען זיך אלץ מאכן א אויסנאם ) צווישן 1 און 5 , און וואס איז מיט ענק ?
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-23/6/2006 01:46 |
|
| |
איך וועל זיין דער צווייטער (און איך הייב אן שרייבן מיין תשובה אין די צען מינוט פון די גרינדונג פונעם אשכול, אלזא רעד זיך נישט
אפ!):
ווען איך שטיי אויף, אויב איז עס נאך אין די פארטאגס שטונדען (פון זיבן ביז ניין) גיי איך גלייך אין מקוה/בית המדרש, וואו איך זאג
ברכות התורה און זעץ זיך לערנען נעבן א פיינע ווארימע קאווע אינעם אפגעקילטן אטמאספערע פונעם היכל הבית מדרש.
אויב איז שוין נאך פארטאגס... בין איך מקיים דעם מאמר הב"ל "אז עס רעגנט שוין, גיסט שוין" און איך זאג ברכת התורה אין שטוב
איבער א ווארעם טעפל קאווע און... היימישע קרעטשמע!
נאכן דאווענען ווענדט זיך אויך, אויב האב איך אסאך ארבעט צו ארלעדיגן במשך דעם טאג, דאן שטופ איך דאס אפ און זעץ זיך
צוערשט אריין אין קרעטשמע אויף א וויילע... מ'מוז זיך דאך אנגירטלן מיט פרישע כוחות פאר אזא אומגעהויערע שווערע ארבעטס
טאג...
אויב האב איך קיין שטאך ארבעט אנגעגרייט צו ארלעדיגן לענגאויס דעם לאנגווייליגן טאג, זעץ איך זיך אריין אין קרעטשמע סתם אזוי
צו - ווי מ'זאגט - "שטופן די צייט", און דא דארט ווי נישט מאכט זיך שוין עפעס א שמועס'ל, ביז איך ווער - מ'שטיינס געזאגט - "ביזי"
מיט וויכטיגערע זאכן (כאילו ס'עקזיסטירט עפעס וויכטיגער ווי דאס).
לאמיר זען ווייטער, ביי לאנטש, כאפ איך א בליק אויב עס איז דא פרישע געבעקסן איבערצובייסן אין קרעטשמע, אויב איך געפון נישט
עפעס פריש, האב איך נישט קיין ברירה, איך גיי צום פרידזשידער און עס אויף די שיריים פונעם נעכטיגן טאג.
ביי נאכטמאל זיך איך שטענדיג דא אין דער זייט, מיט אן אויג אויפן טיהר, אויב איינער קומט אריין (אזוי ווי דיר) מאך איך זיך גלייך
וויסנדיג, נעם יענעם אויף ווי עס באדארף צו זיין, מיט מילכיגס אדער פליישיגס, וואס יענער באגערט.
נאך מעריב, ווענדט זיך שוין, אויב איך האב אן איבערפלוס פון מיטשמועסער אין גוגעל, האב איך נישט קיין צייט צופיל צו זיין אין
קרעטשמע, און לאמיר נישט פארגעסן אז פון עלף ביז צוועלף מאכט די קרעטשמע מיט שווערע צייטן צוזאמען מיט אלע היידפארק
פורומים.
אלזא, געב א שנעלע רעכן צוזאם וויפיל שעה א טאג איך בין שעה --- איך מיין אז עס וועט דיר גרינגער און שנעלער אנקומען צו ציילן
וויפיל צייט איך פארברענג אויסער די ווענט פון די קרעטשמע.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-23/6/2006 01:47 |
|
| |
איך קען נישט פארשטיין פארוואס די הנהלה פון היידפארק צוהאלבט מיר די שורות... איך שרייב אין איין אטעם ביזן סוף פון די שורה,
קומען זיי אן מיט א האק, און צוהאקן דאס אויף שברי שברים, איך בין מוחה!
|
|
|
|
|
| נשלח ב-23/6/2006 01:53 |
|
| |
פיין , ממנו ילמדו וכן יעשו , יעדער זאל ארויס געבן די געהיימע סודות , און איך וועל צו ווארטן צו זען ווען רוב עולם איז דא און זען צו
איך קען מיך צושטעלן .
|
|
|
|
| נשלח ב-23/6/2006 01:54 |
|
| |
BTW ס'נעמט דיר טאקע 10 מינוט צו שרייבן א תגובה ?
|
|
|
|
| נשלח ב-23/6/2006 03:07 |
|
| |
ווי אמאל, אמאל מער אמאל ווייניגער, אמאל אינדערפרי אמאל אויף דער נאכט,
שוין דו ווילסט וויסן סודות אויך............... דאנערשטיג בין איך געווענליך דא ביז שפעט אויפדערנאכט.
|
|
|
|
| נשלח ב-23/6/2006 05:24 |
|
| |
איך בין דער פערטער.
נארמאל קום איך אריין אין קרעטשמע טעגליך, שפעט אין אוונט נאך די ארבעט. אמאל אמאל מאכט זיך איך פאל אריין אינמיטן טאג
אבער נאר פערצופאל. מוצ"ש בין איךדא ביז נאך מלוה מלכה ..
|
|
|
|
| נשלח ב-23/6/2006 07:51 |
|
| |
איך הער;
געווענליך נישט, ביי די תגובה בין איך פארנומען געווארן אינדערמיט.
|
|
|
|
|