יאנאש ביים דאיען
הגם אלעס וואס קומט פאר ביים דאיען איז קאנפידענשעל, אבער אזא געשעניש, איז נישט פון די טאג טעגליכע ערשיינונגען.
אלזא ווי באוואוסט קומט פאר ערענסטע קאנפליקטן, צווישן יאנאש און גרויזאמער, סאו גרויזאמער וואו באוואוסט אפילו ער איז נישט ממש וויאזוי הייסט עס, אבער אין ערכאות וויל ער בשום אופן נישט גיין, סאו איז ער געווען ביים דאיען און אראפגעלייגט דעם גאנצן נושא אלומותיו, און ווי פארשטייט זיך אז מ'טאר דאך נישט פסק'ענען ביז מ'הערט די צווייטע צד אויך, שמוע בין אחיכם, וואע"מ, איז האט דער דאיען מיר באויפטראגט אז כ'זאל זעהן אריינצורופן דעם יאנאש, אקיצער דער יאנאש איז אנגעקומען צום פאלאץ פונעם דאיען, און זיי זענען געזיצן אין גארטן און פארברענגט א לאנגע וויילע, ווען דער דאיען איז צוריק געקומען האט ער געהאט א שמייכל אויף די לעפסאן, און ער האט געלאזט פאלן א ווארט, "נו ברוך השם סיז דא אויערן" האב איך פארשטאנען פון דעם אז סוכ"ס וועט מען קענען צוקומען צו א צד השוה צווישן די צוויי ניקים, בעז"ה.
|
|