| נשלח ב-18/7/2006 05:26 |
|
| |
*היימישע קרעטשמע'ס נייע לאקאציע*
מודעה חשובה
'היימישע קרעטשמע', די געשמאקסטע קרעמל אויף הייד פארק, פארמאגט א נייע לאקאציע http://heimishekretchme.com/, אן אייגענער קרעמל וועלכער איז נישט אנגעוויזן אויף די חסדים פון הייד פארק און אירע פראבלעמען.
ווילאנג מען וועט דארט זיין? און צו וועט מען זיך דארט פראמינענט באזעצן? איז נאך א שאלה. אבער קודם איז מען דארט.
קומט אריבער און מאכט אייך באקוועם, מיר וועלן אייך אויפנעמען בסבר פנים יפות.
ווארפט נאך נישט אוועק דעם שטיבל פון אייערע פעוואריטס, מיר קענען נאך צוריק אנקומען דא, אבער ביזדערווייל זעמיר דארט, און עס קוקט גראדע אויס אויף די גוטע רעלסן.
די מנהלים, שרייבער, ראשי הקהילה און גוטע אידן, זענען די זעלביגע. בלויז א דיפרענט אויסקוק.
וועיטינג טו סי יו טהעיר.
תוקן על ידי - יענטאאש - 18/07/2006 5:31:13
|
|
|
|
| נשלח ב-18/7/2006 05:33 |
|
| |
אההההההההההה. איינער האט זיך שוין מרחם געווען דא און געשריבן עפעס.
איך האב נאכנישט דארט אריינגעטרעטן, -כ'מיין צוזאגן להשתקע שם- איינער איז דארט איינגעשריבן
מיט מיין ניק. גיי ווייס ווער. איך האב נאר אפגעשטאט א קורצע באזוך צו מאכן א קל מלא רחמים
און זעהנדיג די שמוציגע פאדאלאגע, געלע פינףאוןצוואנציגער באלבס, לעכער אין די שיטראק,
ווייספארשטויבטע ווענט, אלטפארצייטישע באדעצימערן, קוויטשעדיגע הינדזשעס, און אפענע באטלעך פעינט.
- האב איך זיך אויסגעדרייט און באשלאסן ליבערשט צו זיין היימלאז ווי מען זאל מיך נוצען אלס די
יעניגע וואס די רוחות דארפן ארויפגיין אויף זיי בעפאר - און דערנאך- וואס מען מופט אריין אין
א נייע דירה.
בין איך ביזדערווייל נע ונד בין עמודי קרצ'מיא.
אוקיי?
|
|
|
|
| נשלח ב-18/7/2006 07:01 |
|
| |
עס קומט בכלל נישט דא אריין, און אפשר טאקע יא, אבער איך בין נתפעל, נבהל ונשתומם ווי ווייט היידפארק האט זיך געשראקן פון אונזער נייע פלאץ, אזש זיי האבן געמאכט אזעלכע תיקונים אין די צייט זינט די גרינדונג פון אונזער נייע קרעמל.
געב א בליק אויף די "צטט" אפציע ביי יעדע תגובה! דאס האבן זיי נאר געטאן מיטן ציהל צוריקצושלעפן אונזער עולם וואס האט זיך ווי אדיקטעד צו ציטירן דעם פריערדיגן שרייבער אויף וועמען'ס רייד מען באציהט זיך.
זיי האבן אפילו געמאכט א דירעקטע לינק צו יעדע תגובה, ווי איך האב שוין לאנג צוריק פארלאנגט פון די מערכת (דורך א שליח נאמן).
איך האלט נאך אינמיטן קוקן וואס נאך תיקונים זיי האבן דא געמאכט לכבודינו, אדרבה, ווער עס זעהט עפעס וואס איך האב אויסגעלאזט, זאל מיר מודיע זיין, איך בין דערווייל נאר א גאסט אויף א ווייל.
|
|
|
|
| נשלח ב-18/7/2006 07:04 |
|
| |
יא, שיער נישט פארגעסן אנצוצייכענען נאך א נייע ערשיינונג: היידפארק שרייבט אינדרויסן פון יעדע אשכול ווער עס האט דארט די לעצטע געשריבן, ממש ווי ביי אונז אין די נייע קרעטשמע.
|
|
|
|
| נשלח ב-21/7/2006 07:50 |
|
| |
פונקטליכע אינסטראקשען'ס ווי אזוי אויפצוסיינען אין די נייע קרעטשמע גייט צו www.heimishekretchme.com
|
|
|
|
|
| נשלח ב-21/7/2006 17:57 |
|
| |
ווען איר ענדיגט וועט איר באקומען א אי-מעיל און איר דארפט עפענען אייער אימעל און דריקען אויף די לינק וואס ס'איז מיט געקומען און דאס וועט מאכן אז אייר נאמען זאל זיין אקטיוו און איר קענט זיך נעמען שרייבען, יעדער איז וועלקאם מיר האפן אייך צו זעהן דארט מיט דאנק. נ.ב. אויב איר האט נאך אלץ פראבלעמען אייך אויםצוסיינען קענט איר שיקען א אימעיל צו [email protected]
|
|
|
|
| נשלח ב-26/7/2006 00:20 |
|
| |
איך פארשטיי בכלל נישט דעם ענין פון אוועקזיך ציען פון דאנעט.
|
|
|
|
| נשלח ב-26/7/2006 01:52 |
|
| |
שם אחר, איך האב נישט געהערט קענסט עס נאכמאל איבערזאגן?
|
|
|
|
| נשלח ב-26/7/2006 03:49 |
|
| |
חאחאחאחא
|
|
|
|
| נשלח ב-26/7/2006 21:43 |
|
| |
All kidding aside
whats realy the reason for this move ?? i dont get it, was something wrong ??explain
|
|
|
|
| נשלח ב-27/7/2006 02:39 |
|
| |
זינגער;
צוערשט מאך דיר א ניק אין די נייע קרעטשמע (אויב דו פארמאגסט נאך נישט), דאן... קענסטו דאס פרעגן דארטן! איך גלייב אז מער מענטשן וועלן זיך דארט אנרופן.
|
|
|
|
|