נשלח ב-15/8/2006 21:01
אידישער וויקיפעדיע גרייכט 2,000 ארטיקלן אמת ס'רוב פון זיי טויג נישט. אבער פאר אן התחלה איז דאך דאס מער ווי גארנישט. אידעלעך לאמיר זיך נעמען אין די הענט אריין, אם איןאני לי מי לי. דאס אידישער שפראך וויינט און בעט זיך צו אייך נעמט אייער פעדער און שרייבט אראפ עפעס וואס איז נאנט צו אייער הארץ זאלן אנדערע דאס קענען געוואור ווערן און דורכארבייטן צוזאמן. געדענקט קיינער קען אייך נישט מעקן. מ'קען נאר פארבעסערן דאס וואס איר ווייסט שוין און צולייגן דערויף וואס איר ווייסט נאך נישט. בשורות טובות הק' וויליבוי
תוקן על ידי - סאכדעס - 15/08/2006 21:17:17
נשלח ב-15/8/2006 21:13
אם אין אתה לך שום אחד אינו. הער אויס קיינער אבער קיינער איז נישט פאראינטערסירט אויף די שמוציגע סייט, נעקסטיים זוך דיר בעסערע פארטנערס.
נשלח ב-15/8/2006 21:17
קודם כל סאיז נישט שייך צו אנרופן די סייט שמוציג, כאטשיג מ'קען דערצו צוקימען צו שמוץ, ווייל פונקט אזוי ווי הייד פארק האט שמוציגע סייטס האט דאס אויך בלעטער פון שמוץ. די איינציגסטע עצה, צו פארמיידן שמוץ איז האבן זשעי.נעט.
נשלח ב-16/8/2006 02:41
נישט אמת, אין דער וויקפידיע ווערט באנוצט זייער א געמיינע שפראך, דאס וואס איר וועט נישט טרעפן אין שום געדריקטע צייטונג אויף אידיש.
נשלח ב-16/8/2006 02:44
צווייטענס, אין דער וויקפידיע אליינס איז Jnet כמעט נישט מבחין בין טוב לרע.
נשלח ב-16/8/2006 16:27
אוואדאי וועט איר נישט טרעפן וויקיפעדיע שפראך אין א צייטונג, ווייל
וויקיפעדיע איז אפען פאר יעדן צו שרייבן. און א צייטונג גייט דורך
רעדאקטארן און די שפאקטיווען פון פארטייאישע אינטערעסן. וויקיפעדיע
געהער נישט פאר קיינעם, נאר פאר אייך. עס איז דא וואלן פאר יעדן אישו.
אויב האט דאס לויט אייער טעיסט נישט קיין איידל שפראך, איז אנשטאט דאס
מפקירזיין פאר די נידעריגסטע עלעמענטן, נעמט אייך אין די האנט אריין און
פארבעסערט די ווערטער וואס שטערן אייך. כללית'דיג איז נאריש און
היפאקריטיש צו נעמען אזא ריזיגן שלל ארטיקלן פון 2,000 און אפ'פסל'ן אלעס
צוליב איין ווארט וואס איר זענט פויל צו טוישן. עס שרייט אז עפעס אנדערשט
באדערט אייך מיטן וויקיפעדיע, און דאס זעלבע באדערט פאר די פרייע
אויפגעקלערטע ווי קטלא קניא און אנדערע וואס באקעמפן אויך דאס פרייען
אויסטויש פון אינפארמאציע. איר האט מורא פון דאס פרייען ווארט... JNET
איז נישט מבחין בין טוב לרע, ווייל ער לאזט נישט ארין אין די אלע ארטיקלן
וואס זענען עוסק אין תאווה אישוס. אפילו עס איז דירעקט געשריבן מיטן
תפקיד און סטיל צו לערנען די הלכות און מנהגים. דער פראבלעם, אבער עס אזי
דאך נאר א קאמפיוטער פראגראם איז פארשטענדליך אז ער בלאקט אלעס.
נשלח ב-16/8/2006 19:16
האסט מיך צוויי מאל שלעכט פארשטאנען, קודם כל באדערט מיר נישט וואס פאר א סארט נייעס ס'ווערט דארט געשריבן, נאר וויאזוי ס'איז געשריבן, ווצב"ש מאראלישע פאברעכנ'ס ווערט דארט באשריבן מיט'ן גאנצן נידריגקייט וד"ל, קען זיין דאס איז וואס דו האלטסט אז אונזערע קינדער דארפן וויכטיג וויסן. צווייטענס Jnet איז נישט מבחין אז כמעט וואס זיי בלאקן גארנישט דארט, און מ'קען פון דארט צוקומען צו אסאך אומגעוואונטשענ'ס, בעיקר ווייל רוב זענען איזראעלי מקורות וואס זענען שוואכער געדעקט דורך Jnet,
נשלח ב-18/8/2006 01:45
לפי נוסח הכתיבה שם, אני משאר שהכל נכתב ע"י גולש אחד שכל זמנו בידו. הבעיה הוא רק שאין לגולש ההוא שפה שימשוך את הקוראים. משהו יבש שם.
נשלח ב-18/8/2006 05:00
מער ווייניגער ביסטו גערעכט מיט דיין השערה, נאר וואס דו שרייבסט צום סוף 'משהו יבש שם', ס'איז שוין גארנישט קיין משהו יבש, פיל מער ווי אביסעל...
נשלח ב-27/8/2006 04:37
די וואך פארלייגן זיך יעדער איינער אויף דעם ארטיקל דער צווייטער וועלט קריג. העלפט דאס פארשענערן, פארברייטערן, און ועל כולם אנפילן. מיטן כוח הרבים וועט מען אנקומען!
תוקן על ידי - סאכדעס - 28/08/2006 0:59:03
נשלח ב-1/9/2006 01:27
דער אידישער וויקיפעדיע האט נישט קיין זינען און קיין שום פשט, עס איז געשריבען דורך אפאר משוגעים פשוטו כמשמעו. עס איז ממש נישט אינטערעסאנט אריינצוגיין אהין, פשוט ווייל עס אפערט נישט גארנישט ספעציעל. אויב איהר ווילט עפעס באמת וואוסען דאן לוינט אייך פול מער צו נוצן דעם וויקיפעדיע אויף ענגליש, ווי איהר וועט טרעפן פיל פיל מער אינפארמאציע ווי אין דער מאגערער אידיש וויקיפעדיע וואס האלט זיך גרויס מיט איהר אויסגעדארטן מאס פון צוויי טויזנט ארטיקלען, וואס ווי מיר אלע ווייסען איז ווען מען רעדט פון אן אנציקלאפעדיע איז דאס ממש א ליצנות. אלזא, מיר ארט גענצליך נישט אז אפאר אידן האבן וואס צו טון מיטן טאג, אדרבה, זאלן זיי זיך איינרעדן אז זיי ברענגן א תיקון השלם אויף דעם עולם העשיה מיט זייער אידישער-יידישער וויקי.
נשלח ב-1/9/2006 17:36
1. דער אידישער וויקיפעדיע איז טאקע זייער זייער נישט אינטערסאנט, דעריבער בעטן מיר קומט אריין אהין און העלפט דאס אויפבויען. 2. דער ענגלישער ניו יארק טיימס איז אויך אסאך מער אינטערסאנטער ווי די אידישער דער בלאט אדער דער איד. דאך פארשטייט יעדער איינער אז מען דארף נישט מפקיר זיין אידישע צייטונגען פאר גויאישע. 3. ליידיגייער זענען מענטשן וואס האבן געבויעט אלע וויקיפעדיע שפראכן, רוב פון זיי זענען סטודענטן און ארבייטסלאזע. ווייל אנדערשט ווי דער בלאט און דער איד וואס צאלן פאר שרייבער איז וויקיפעדיע א פרייע פלאץ ווי מ'שרייבט אומבאצאלט. 4. קיינער האלט זיך אבסאלוט נישט גרויס, איך ווייס נישט פארוואס דו זיכסט צו באשמיצן סתם אזוי. אדרבה ליין די ערשטע הודעה וועסטו זעהן ווי מ'דרוקט זיך אבאסאלוט נישט אויס מיט קיין שמחה פון א דערגרייכונג מזאגט קלאר אז עס איז גארנישט מיט נישט און מ'בעט איך איר זאלט צולייגן א פלייצע וועט אפשר עפעס ווערן דערפון. 5. און אי"ה איך האלט יא אז אויב אידישער וויקיפעדיע וועט זיך אויסארביין וועט דאס ברענגן אויף דעם עולם א תיקון השלם. בלויז פאר דעם טעם וואס איך קען נישט שרייבן ווייל מ'וועט דאס אויסמעקן ווי מ'האט מיך שוין דא פריערט געמעקט אפאר מאל. 6. און וואס באדערט אייך אז איר האט אוזי מורא פון א וויקיפעדיע וואוקס אז איר דארפט דאס אנרופן משוגעים און אפרעדן מענטשן פון אהין צוקומען. איך האב א טעאריע באט איך קען עס אויך נישט שרייבן ווייל מ'וועט מיך אויסמעקן. 7. איך גארעלטיר אייך פאר אייער גיבורת דא פון מעקן און העצן דא זענט איר בעל הבית. גייט אן מיט אייער צענזור און שקר. סוועט מסתמה עפעס אויפטאן אבער לעומת זה קענט איר נישט אפשטעלן אינגאצנן דעם וויקיפעדיע וואוקס ווייל איר זענט שוין היינט נישט אזא כוח ווי אמאל, צוליב די קאמפעטישאן אויף הייד פארק זעלבסט. 8. אידיש אויפן אינטערנעט איז נאך בכלל א חלום ווייל ווער האט אינטערנעט צייט צו שרייבן אידישע פאנטס נאר די וואס זענען ביזי מיט עפעס איין זאך וד"ל. איצט קענט איר מעקן מיט הנאה איך פארגין עס אייך מיטן גאנצן הארץ!
נשלח ב-1/9/2006 19:54
מיינע ווערטער אין רויט1. דער אידישער וויקיפעדיע איז טאקע זייער זייער נישט אינטערסאנט, דעריבער בעטן מיר קומט אריין אהין און העלפט דאס אויפבויען. -קיינער וויל דאס נישט, טעמים וועסטו זעהן שפעטער אין סעיף 8- 2. דער ענגלישער ניו יארק טיימס איז אויך אסאך מער אינטערסאנטער ווי די אידישער דער בלאט אדער דער איד. דאך פארשטייט יעדער איינער אז מען דארף נישט מפקיר זיין אידישע צייטונגען פאר גויאישע. -וואלט דער בלאט/איד געווען אזוי געמיין און שמוציג ווי די גוי'אישע צייטונגען, און ווי דער אידישער וויקי, וואלט מען דאס גערן מפקיר געווען, אבער נאך ווי- 3. ליידיגייער זענען מענטשן וואס האבן געבויעט אלע וויקיפעדיע שפראכן, רוב פון זיי זענען סטודענטן און ארבייטסלאזע. ווייל אנדערשט ווי דער בלאט און דער איד וואס צאלן פאר שרייבער איז וויקיפעדיע א פרייע פלאץ ווי מ'שרייבט אומבאצאלט. -נאך א סיבה פארוואס נישט צו ליינען אין שרייבן אין וויקי- 4. קיינער האלט זיך אבסאלוט נישט גרויס, איך ווייס נישט פארוואס דו זיכסט -זוכסט- צו באשמיצן -באשמוצן- סתם אזוי. אדרבה ליין די ערשטע הודעה וועסטו זעהן ווי מ'דרוקט זיך אבאסאלוט נישט אויס מיט קיין שמחה פון א דערגרייכונג מזאגט קלאר אז עס איז גארנישט מיט נישט און מ'בעט איך איר זאלט צולייגן א פלייצע וועט אפשר עפעס ווערן דערפון. -אזוי וואונטש איך אייך ביזן סוף פון וויקי, וויינט און בעט אז מ'זאל לייגן א פלייצע, איך האף אז קיינער וועט דאס אייך נישט טוהן, אויסער די אלע וואס האבן שוין דאס פרובירט צו טוהן דא אין א אידישן פארום- 5. און אי"ה איך האלט יא אז אויב אידישער וויקיפעדיע וועט זיך אויסארבייטן וועט דאס ברענגן אויף דעם עולם א תיקון השלם. -ליין: אז מ'וועט קענען רעדן פון אלע מיני שמוץ אויף ריין אידיש אן אפהאלט- בלויז פאר דעם טעם וואס איך קען נישט שרייבן ווייל מ'וועט דאס אויסמעקן ווי מ'האט מיך שוין דא פריערט געמעקט אפאר מאל. -אוודאי וואלט איך אויסגעמעקט די תגובה אויב וואלסטו געשריבן דעם טעם דא איז נישט וויקי- 6. און וואס באדערט אייך אז איר האט אוזי מורא פון א וויקיפעדיע וואוקס אז איר דארפט דאס אנרופן משוגעים און אפרעדן מענטשן פון אהין צוקומען. איך האב א טעאריע באט איך קען עס אויך נישט שרייבן ווייל מ'וועט מיך אויסמעקן. -אוודאי וואלט איך אויסגעמעקט די תגובה אויב וואלסטו געשריבן דיין טעאריע, דא איז נישט וויקי, און דיינע טעאריעס זאלסטו שרייבן נאר דארט- 7. איך גארעלטיר -וואס איז די ווארט? איז דאס אידישיסטיש?- אייך פאר אייער גיבורת -וואס איז די ווארט? איז דאס אידישיסטיש?- דא פון מעקן און העצן -דא קומט א קאמע- דא זענט איר בעל הבית. גייט אן מיט אייער צענזור און שקר -הממממ. גאנץ גוט- . סוועט מסתמה -מסתמא- עפעס אויפטאן אבער לעומת זה קענט איר נישט אפשטעלן אינגאצנן -אינגאנצן- דעם וויקיפעדיע וואוקס ווייל איר זענט שוין היינט נישט אזא כוח ווי אמאל, צוליב די קאמפעטישאן אויף הייד פארק זעלבסט. -דא דארף מען דרייען זייער שטארק מיט די פינגער, אנדערש פארשטייט מען נישט דעם טיפזיניגן פשט פון די אידישיסטן אין אלגעמיין- 8. אידיש אויפן אינטערנעט איז נאך בכלל א חלום ווייל ווער האט אינטערנעט צייט צו שרייבן אידישע פאנטס נאר די וואס זענען ביזי מיט עפעס איין זאך וד"ל. -דא קומט ארויס דיין אמת'ע פרצוף, וואו דיין -און דיינע קאלעגעס- קאפ ליגט אגאנצן טאג- איצט קענט איר מעקן מיט הנאה איך פארגין עס אייך מיטן גאנצן הארץ! -אזוי קוקט טאקע אויס, אז דו האסט באמת הנאה-
נשלח ב-1/9/2006 19:55
הערה קצרה, איך האב נאר געמעקט די לינקים וואס ער האט אריינגעשטעלט, צוליב הרחק מפתח ביתך.
נשלח ב-1/9/2006 20:46
להתוודע ולהגלות, אז די גאנצע געפעכט דא איז נאר אנגעגאנגען אדעתא דהכי וואס סאכדעס האט זיך מאיזה סיבה צוגע'דמיון'ט אז דער דאזיגער וויליבאי איז א היימישער, א שרייבער אין די היימישע פורומים אויף היידפארק, מיר גלייבן אז ווען סאכדעס וואלט געוואוסט אז דאס איז דער אומסטאבילער פארשוין הידוע לשמצה, וואלט ער ניטאמאל אנגעהויבן צוריקצורעדן, כדכתיב אל תען כסיל כאולתו.
נשלח ב-1/9/2006 23:33
קומט אריין אין אידישען וויקיפעדיע די וואך בארבייטן מיר צוזאמן דעם ערך פון "עסנווארג" קומט און פארעמט אויס וויקיפעדיע לויט אייער געשמאק!
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
1 2 1 2 סך הכל 2 דפים.