בית פורומים היימישע קרעטשמע

פרשת אלה מסעי תשס"ח - צייטווייליגע לאקאציע

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-28/7/2008 06:57 לינק ישיר 
פרשת אלה מסעי תשס"ח - צייטווייליגע לאקאציע

ווי באקאנט ציען מיר זיך יעצט אריבער צום פרישן לאקאציע "אידישע וועלט", אבער ביז צו דער נייער קרעטשמע דארף מען דאך אויך א טרינק... אלזא, דא וועט זיין דער מקום מוכן לתגובות אויף די צייטן וואס די היימישע קרעטשמע פון PHPBB וועט זיין פארשלאסן פארן פובליקום, פון מאנטאג מסעי אויפדערנאכט ביז דינסטאג ערגעץ אינמיטן טאג.



דווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-28/7/2008 09:04 לינק ישיר 

יא עס איז געלונגען איך האב מיך נאך געקענט אריינבאקומען דא, איך האב אויפגעזוכט מיין אלטן פארשטויביגטן בינטל מיט שליסלעך און אפירגענומען אן אלטן ראסטיגן שליסל, אריינגעשטעקט אינעם שליסל לאך פונעם וואקעלדיגן אונטער טיר, עס האט זיך נישט געוואלט אזוי גרינג לאזן, אבער נאכן דרייען אביסל רעכטס און לינקס האט זיך דיר טיר אויפגעפראלט מיט א שטארקן גרידזשע, זעהט אויס עס מען דארף לייגן דאבעליו-די-פארטי אויף די אַנגלען, און דא בין איך,

יוי שוין לאנג נישט פארוואגעלט געווארן דא, עס ברענגט מיר אויף נאסטאלגישע זכרונות ווען איך פלעג דא זיין דער נאכט וועכטער, אפשר מארגן נאכט וועלמיר ווייטער מוזן דא צוריק-קומען ווייל דער PHPBB וועט זיין פארמאכט.

תוקן על ידי בןהרחמן ב- 28/07/2008 9:09:46




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-28/7/2008 15:05 לינק ישיר 

ס'גייט נאך? קוקט אויס אז יא.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-28/7/2008 15:43 לינק ישיר 

שכח טריאוי פארן מיך מאשר זיין און די צייטווייליגע קרעטשמע!!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-29/7/2008 01:36 לינק ישיר 

אה.... ס'שמעקט א מחי' דא..... מסתמא האט חיים חייקל געעפנט דעם טשאלנט דעקל....


אהההה..... ס'פארגייט נישט דער אפעטיט פון אוועקגיין.... האאאאא......



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-29/7/2008 06:51 לינק ישיר 

דערווייל איז די מיטל-קרעטשמע גאנץ פיין, העמיר נישט דארפן אפזיצן דא אין די שטויב.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-29/7/2008 14:45 לינק ישיר 

יעצט זעה איך אז ארענדער האט שוין אריבער געפירט די אדרעסס פון היימישעקרעטשמע.קאם עס זאל גיין גראד צום נייעם קרעטשמע
http://www.yiddishworld.com/forum/
ווארטן מיר נאר ווען מען וועט מאכען דעם חנוכת הבית




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-29/7/2008 17:01 לינק ישיר 

מ'קען נאך עפעס מיטשיקן? כ'האב עפעס איבערגעלאזט אין קרעטשמע



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/7/2008 19:12 לינק ישיר 

יגר, כ'האב געוואוסט אז דו וועסט זיין אונטערשטעליג. האסט נישט געקענט זיך צושטעלן אין צייט? פארוואס צייטליך האט יא געקענט און דו נישט?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-29/7/2008 23:26 לינק ישיר 

צו מאכען די וועג דא אביסל גרינגער ניצט די פייערפאקס עד-אן AdBlock Plus https://addons.mozilla.org/en-US/firefox/addon/1865



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/7/2008 02:38 לינק ישיר 

מאשקע די מאכסט מיך לאכען, זארג דיך נישט בערי וועט שוין באלד ברענגען בילדער ווי מען שלעפט דיינע שרייעם



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/7/2008 22:51 לינק ישיר 

היינט געפאלט אויס די יארצייט פון ר' יו"ט ערליך ז"ל יהא זכרו ברוך



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-31/7/2008 13:05 לינק ישיר 

און.......... מיר זענען צוריק אפן ב"ה!!!!!!!!! "אידישע וועלט פארומס"



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-31/7/2008 21:05 לינק ישיר 

און.............. מיר קענען נאכנישט אריינגיין אהין רח"ל!!!!!!! אין "אידישע וועלט פארומס"


דער ריינער אמת איז אזוי, איך בין אין ווירקלעכקייט יא אריינגעגענגען אהין, יא, דאס איז דער ריינער אמת, אבער נאך א מינוט ליינען יענטאאאש'ס דאנק אויף די קומענדיגע יאהו קרעטשמע... האט זיך מיר עס אפגעהאקט און מפטירין כדאתמול, אין היים, נייעס, בילדער אא"וו קען איך אריינגיין געהעריג אבער אין פארום'ס קען איך מער נישט אריינגיין.

ווען אין מיין פעדער זאל ווען ליגן כאטש א משהו פון די טינט וואס זארעכ האט פאר זיך אנגעהאנדעלט וואלט איך אויך אנגעפאנגען א "קינה" און געווייינט מיט זוידיגע טרערן ווי איך בין געבליבן עלענד אליין בייים אלטן, וואס אלטן? ביים איר אלטן - דאס איז דאך שוין א עלטער זיידע פאר די היינטיגע "קרעטשמע המפואר" - קרעטשמע.

די פינגער קלאפן, די הענט ווארפט זיך, די קנעפלעך ווערן צודריקט אבער אין קרעטשמע אריין גייט דאס נישט. אריינגעקומען בין איך בדעה צו שרייבן אין נייע קרעטשמע, ארייינווארפן עפעס א גוט ווארט, זאגן העללאו, גיבן די אלטע חברים א שלום עליכם, אויסשטרעקן די האנט פאר איינעם, אבער ווי איר זעהט שטיי איך מיט די צינג אינדרויסן, מיינע הענט אריינגעטוען אין די סוועטער טאש, אלעס בלייבט ביים טראכטן. פון דא און ווייטער איז שוין א צווייטער בעה"ב.

די וועלט זאגט א ווערטעל "א מענטש טראכט און אין הימל מ'לאכט" קאמענטארן ביי אינזער טעמע זענען גענצליך איבעריג.

אויפן טאגעס-ארדענונג איז נאך דא היינט נאך זאכן צו ערלעדיגן, אבער ווי עס קוקט יעצט אויס וועלן זיי ווערן אפגעלייגט, מ'קען נישט אנפאנגען דעם טאג אזוי, און אויב שוין יא אנגעפאנגען קען מען נישט ממשיך זיין, און אויב שוין יא ממשיך געווען קען מען נישט... שאַ! גענוג שטותים גערעדט!

אקעי, יעצט ערנסט, איך מעג וויסן וואס דאס מיינט? טריאו זאגט מיר אז ביי אום ארבייט דאס געהעריג, איככה אוכל בראיתי אאממממ.. איך קען נישט ווייטער. (שאקס, פונקט אזא גוטער פסוק)

רבותי נישט קיין חילוק ווער עס בלאנדזשעט אריין אהער, יענטאאש, קרעמער, זארעכ, טריאו, יאנאש און ווער נישט, בקיצור, אויב טרעפט איר ארענדער זאגט אום אז איך האב באצאלט מיינע רענט עד פ"א, ער האט נישט קיין שום רעכט מיר ארויסצוווארפן פון זיין קרטשמע. (אבער זאגסט אום נישט אז איך האב אייך געשיקט, ער ווועט זיך רעגן)

כ'יין, מה יאמרו הבריות? - מיינט איר - מענטשן קוקען דאס זייער נישט גוט אן, ס'קומט דא א פרעמעדער עולם, זיי וויייסן נישט וואס דא גייט פאר. איך בעט אייך, מאכט נישט קיין חילול השם.


אייין מינוט, פאר איך שיק עס, כ'גיי פראבירן נאכמאל, איין מינוט.

יאפ!! ס'ארבייט שוין.

הצלחה.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > חברה וקהילה > היימישע קרעטשמע > פרשת אלה מסעי תשס"ח - צייטווייליגע לאקאציע
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext