| יגרסהדותא כתב: |  | |
|
|
גיימיר דא שלח'נען וואס איך האב געזאלט שלח'נען אויף דיין תשעה באב ארטיקל, ואי"ה ביום שמחתינו בפתיחת השערים, וועלן מיר עס אריבערפירען למקומם הראוי, וזכרון אחד עולה לכאן ולכאן:
וזה לשוני:
אוי יגר יגר!
וויפיל מאל האב איך
שוין געוואלט זיך אפשטעלן און מגיב זיין אויף דיינע ארטיקלען וואו געשמאק דאס איז,
וואו הארציג דאס איז, וואו נאטורליך דאס איז, וואו זאפטיג דאס איז, וואו געוואלדיג
דאס איז, וואו אמת'דיג דאס איז, וואו תורה'דיג דאס איז. אבער מען קומט פשוט נישט
אן, מיין צייט וואס דריי מיר אויף די אונטער-וועלט איז זייער באגרעניצט, אז ממש די
צייט ערלויבט נישט דערצו, און אויך ווי זארעכ זאגט " יעדן מאל ווען איך זע דיין
נאמען אויף אן אשכול בין איך פעסט באשלאסן אז דאס מאל נאכן דאס ליינען וועל איך אויסגיסן
מיין טינט דיר איבערצולאזן א הילכיגן יישר כח, אבער יעדן מאל באזונדער ווער איך פשוט
פארגאפט פונעם ארטיקל זעלבסט אזש איך ווער שטום און פאר גרויס התפעלות, איבערטראכטנדיג
דעם תוכן הארטיקל, פאר איך אריין אין אן אנדער וועלט! איך פארגעס פשוט פונעם קליינעם
יישר כח...", און ווי זארעכ זאגט ווייטער "זאל זיך דיר נישט אויסדוכטן אז
דאס מאל איז געווען אנדערשט. איך בין שוין געווען אינדרויסן פונעם ארטיקל און דאס עריבות,
באגלייט מיט א פרייע מינוט, האט מיך דערמאנט דעם "לא יחל דברו".",
דעריבער האב איך באזעצט אין דעים פראגראם פון ביל געיט'ס וואס רופט זיך ווארד, און
איך פרוביר זיך צוזאמנעמען אפאר דיבורים דיר צו דאנקען פארן הכנה צו די 9 טעג, און
תשעה באב.
הרבה דרשות שמעתי
בחיי, הרבה תשעה באב'ס עברו בימי, אבער אזוי ווי דער אינגערמאן [-זיידע] לייגט עס
אראפ האב איך נאכנישט געהערט. אסאך שרייבער'ס ווערק האב איך שוין געליינט אין מיין
קורצע לעבן, ווארשיינליך מער ווי מיינע זיידעס האבן געליינט זייער גאנץ לעבן, פון
אסאך גוטע שרייבערס האב איך שוין הנאה געהאט, יעדער איינער מיט זיין אייגנארטיגען
מעלה. אבער אזוינ'ס צו נעמען אזוי פשוטע נושא, וואס יעדע שטיקל פאר זיך פארציילט
נישט קיין נייעס אדער חידושים פאר קיינעם, און דאך זאל עס זיין אזוי חידוש, דאס
האב איך דערווייל נאר געטראפען ביי דיר. אזוי צוצונעמען א הארץ אויף פיצלעך, אזוי
אריינפירען אין עולם המחשבה אריין, אז איך האב ממש געפילט די גלעט פון דיין זיידען
אויף מיין האנט בשעת'ן ליינען.
יעידו עלי תגובתי אז
איך בין איך נישט קיין גרויסע מגיב דא אין קרעטשמע, די שרייבען קומט מיר נישט אן
גרינג, מער פון "שכוח'ס", "חחאכככא'ס", אדער "פרינטער
פרינט", זעהט מען נישט צופיל פון מיר. אבער ולא יכול יותר להתאפק, די געפילען
קענען שוין מער נישט פארבלייבען פון אינווייניג, עס שטורעמט און שטראמט ארויס
אינדערויסען, אזש איך קען עס שוין מער נישט צוריקהאלטען.
איך האלט אז זאלסט
אננעמען א פאסטען פון א "מגיד מישרים" ערגעץ וואו, אדער ווי אין
היינטיגע צייטען א "משפיע" אין א ישיבה, איך האלט אז דו קענסט גאר אסאך
אויפטוהען פארן היינטיגען דור, די עולם לעכצעט נאך אזינע דרשנים, די עולם איז
מבקשים, און איינער וואס איז באשאנקען פון הימל מיט אזוינע כשרונות טאר נישט זיין
א נחבא אל הכלים, נאר דארף אויסנוצען די כלים וואס די באשעפער האט אים באשאנקען.
מיינע פינגער קלאפען
אזוי קויפן קי-בארד, און לאזט ארויס וואס עס לאזט זיך... אוי, מען קלונגט שוין די
בעלל, אקעי, א סימן אז מען דארף זיך שוין דא אפשטעלן.
קאנטראל עס, סעיוו,
אוי יגר יגר, קלאוז, און באלט גיימיר מקיים זיין דעים שלח תשלח את ה'עמממ... עה,
כ'ווייס נישט וואס...
נ.ב. אן עקסטרען
שכוח פאר איכער פאר די הערליכע סיפור - וואס איך האב שוין אויך ווען אמאל עס
געהערט - אבער צוזאמען מיט יגר'ס באשרייבונג, איז עס ווי זאלץ אויפן רעטאך, אדער
ווי ספרינקעלס אויף א קאפקעיק, אדער ווי... איך מיט יגר, אדער הער סהדותא.
|
|