| נשלח ב-22/7/2010 17:17 |
|
| |
דאנערשטאג ואתחנן - קרעטשמע גייט וויקאציע!
אידישע וועלט - גארנישט אנדערש ווי מיר טוען אלע אין די זימער וואכן האט אויך היימישע קרעטשמע שע"י איי וועלט דאט קאם אפגעמאכט צו נעמען וויקאציע אין די דאזיגע טעג.
זינט נעכטן - מיטוואך פרשת ואתחנן אויפדערנאכט - האט דער קרעטשמע סארווירער גענומען זיין וויקאציע אויף א אומבאשטימט ארט ווי ער זיצט און קאטשעט זיך פארגעלעכטער ווי מיר פראבירן איינמאל און נאכמאל אריינצוגיין אבער אן ערפאלג.
אן קיין שום פריערדיגע מעלדונג האט ער אונז ארויסגעווארפן און אויסגעשפארט ביז א אומבאוויסטען טאג.
ב"ה אז אונזער אלטער קרטעשמע איז נאך בחיים חייתו. כ'מייין, מ'קען עס נישט אנריפן "לעבן" ווייל עס לעבט נישט, אבער פארט קען מען נאך דא אריינקומען.
פעך! שטויביג און שמוציג.. אן אלטער פלאץ דא. שוין נישט דא געווען ווייסעכווילאנג. אבער פארט א דאך איבערן קאפ.
חברה. קומט אהער דערווייל פאר א גוט ווארט!
|
|
|
|
| נשלח ב-22/7/2010 18:01 |
|
| |
טעסיטינג...
|
|
|
|
| נשלח ב-22/7/2010 18:16 |
|
| |
ווער עס וויל ווערן מאושר צו שרייבן דא אין אונזער צייטווייליגער/אלטער לאקאל זאל ביטע קליקן אויף די ווערטער "מנהל הפורום" ביי די רויטע ווערטער אויבן פונעם בלאט און דאס שיקט דאס צום מנהל וואס וועט אייך מאשר זיין.
תוקן על ידי kraitchmer ב- 22/07/2010 18:26:07
|
|
|
|
|
| נשלח ב-22/7/2010 18:30 |
|
| |
אנווייזונגען.

|
|
|
|
| נשלח ב-22/7/2010 18:56 |
|
| |
א מין פאריקט פלאץ דאס, איך שרייב שוין יעצט דאס דריטע מאל, אלץ שפרינגט עס מיר צוריק אין פנים און גייט נישט אדורך.
|
|
|
|
| נשלח ב-22/7/2010 18:57 |
|
| |
די פריערדיגע 2 מאל האב איך געדרוקט "ענטער" אינמיטן די תגובה, און די גאנצע פעידזש האט געקראכט... יעצט האב איך פרובירט צו שרייבן אלעס אין איין פאראגראף, און עס איז טאקע אדורך.
|
|
|
|
| נשלח ב-22/7/2010 18:58 |
|
| |
בנוגע דעם סארווער קראך, קלער איך אז עס איז לאקאטירט אין אפסטעיט ניו יארק און איז באטראפן געווארן דורך די נעכטיגע האריקעין שטורעמס. מה דעתכם?
|
|
|
|
| נשלח ב-22/7/2010 19:06 |
|
| |
וואס זאגט ארענדאר?
|
|
|
|
| נשלח ב-22/7/2010 19:09 |
|
| |
א איד זאגט מיר פריער אז זאת נחמתי בעני, זינט קרעטשמע איז געגאנגען וויקאציע וועט מען ווארשיינליך הערן פון אום גאר בקרוב ביי זיין באזוך ביי קרעמער אין באנגעלוי..
|
|
|
|
| נשלח ב-22/7/2010 19:11 |
|
| |
יעצט זעמיר אונז איין ווי וויכטיג קרעטשמע איז פאר אונז, אונז פיל מיר זיך ממש כצאן בלי רועה, לאממיר צוזאמען מתפלל זיין.
|
|
|
|
| נשלח ב-22/7/2010 19:16 |
|
| |
ארענדער זאגט אז מ'ארבייט זייער שווער אום צוריקצוברענגען. עס קאן זיין א וויירוס, א העקער וכדו'. אלזא לאמיר האפן אז דאס וועט נישט איבערלאזן קיין פערמענאנטע דעמעדזשעס.
|
|
|
|
| נשלח ב-22/7/2010 20:11 |
|
| |
תוקן על ידי עס_עפעס ב- 22/07/2010 20:13:19
|
|
|
|
| נשלח ב-22/7/2010 20:25 |
|
| |
מען קען נאכפאלגן דעם ארענדער יר"ה אויף טוויטער צו באקומען אפדעיטס ווען עס וועט פארראכטן ווערן דער סארווירער. http://twitter.com/arenderr
|
|
|
|
| נשלח ב-22/7/2010 21:49 |
|
| |
איינער האט אן אנונג אין וועלכע קרעמל דער עולם געפינט זיך יעצט?
איך לעכץ נאך א אידישען צורה!!!!
תוקן על ידי נייגעריג1 ב- 22/07/2010 22:35:02
|
|
|
|
| נשלח ב-22/7/2010 22:59 |
|
| |
דא זעמיר!
|
|
|
|
| נשלח ב-22/7/2010 23:03 |
|
| |
אינטערעסאנט אנצומערקן וואס דער היימישער קרעטשמע איז פאר מיר.
איין טאג איז עס דאון, און איך האב מיר גע'עפענט א אקאונט אויף דעם צופראסקעטער הייד פארק, א יוזער אויף טוויטער, אויף באזז בין איך שוין אויך אויפגעסיינט, און נאך אלס טוט עס ווייט נישט ריפלעיסן די ארגינעלע אייוועלט!
|
|
|
|
|