בית פורומים היימישע קרעטשמע

נייעס - טעגליכע קורצע נייעס

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-23/7/2010 17:02 לינק ישיר 
נייעס - טעגליכע קורצע נייעס

לאמיר האפן אז מ'וועט נישט דארפן ניצן אט דעם אשכול, און בקרוב וועט מען זיך צוריקזען אין איי וועלט נארמאל.

***

היינט האט די אויטא פירמע "פארד" געמאלדן אירע פארדינסטן פונעם לעצטן פערטל, אזויפיל ווי 2.6 ביליאן דאלער.
---
אמעריקע און די פרידליכע סאוט קארעא וועלן אינאיינעם דורכפירן מיליטערישע עקסערסייזעס, און נעכטן האט די קאמוניסטישע נארט קארעא געזאגט אז די מיליטערישע עקסערסייזעס איז א מיליטערישע פראוואקאציע און זי וועט דערויף ענטפערן מיט א "פיזישן אנטווארט".
---



תוקן על ידי צייטלעך ב- 27/07/2010 22:31:02




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-23/7/2010 17:04 לינק ישיר 

*--[endif]*

א קאנגרעסיאנאלע קאמיטע האט נעכטן עמטליך באשולדיגט דעם ניו יארקער קאנגרעסמאן טשארלי רענגעל אין עטישע מיסברויכן. די קאמיטע האט נישט קלאר געזאגט וואס עס זענען די מיסברויכן, אבער פון פריערדיגע באריכטן זעהט מען אז רענגעל איז געווען פארמישט אין האלב-לעגאלע געלט שווינדלערייען. רענגעל וועט נישט ווערן באשטראפט מיט גארנישט, אבער די עמטליכע קאנגרעסיאנאלע באשולדיגונג וועט ווארשיינליך שטארק שעדיגן זיינע אויסזיכטן צו ווערן ווידערערוויילט צו זיין קאנגרעס זיץ.

*

נאך א גאר לאנגע געפעכט, אין וועלכע רעפובליקאנער האבן אפגעהאלטן און געשטערט סענאט פון באשטימען א פארלענגערונג פון "ארבעטסלאזיגקייט בענעפיטן" צו העלפן די מיליאנען ארבעטסלאזע איבערן לאנד, האבן די דעמאקראטישע סענאטארן ענדליך מיטוואך באשטעטיגט די פרישע בענעפיטן און נעכטן מיטוואך האט עס קאנגרעס אויך באשטעטיגט און פרעזידענט אבאמא האט דאס אונטערגעשריבן.

*

א שטורעם קומט יעצט אן אינעם ריכטונג פון די "גאלף אוו מעקסיקאו" וואסערן. אלס רעזולטאט וועט די פירמע בי פי ווערן געצווינגען אוועקצושווימען מיט אלע הילפס שיפן פונעם ארט וואו זיי זענען פארנומען מיטן פאררעכטן דעם צעבראכענעם אויל קוואל. בי פי האט אבער נעכטן געמאלדן אז דער דעקל, וועלכע טוט דערווייל גאר סוקסעספול פארשטאפן דעם צעבראכענעם קוואל, וועט פארבלייבן אין איר פלאץ אפילו במשכ'ן שטורעם.

*





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-23/7/2010 18:12 לינק ישיר 

שכוח עס עפעס פארן אמגגין ווייטער כאילו לא היה



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/7/2010 02:48 לינק ישיר 

עפעס זעה איך יעצט אז די סי אי או פון די ב.פ. קאמפעני גייט מעגליך פארלירן זיין פאזיציע. דאס וועט זיין די ערשטע קאפ צו פליען פון ב.פ.'ס זייט.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/7/2010 04:13 לינק ישיר 

Tens of thousands of alleged Afghan war documents go onlineFrom Atika Shubert, CNNUPDATED: 07:39 PM EDT 07.25.10(CNN) - A whistle-blower website has published what it says are more than 90,000 United States military and diplomatic reports about Afghanistan filed between 2004 and January of this year.The first-hand accounts are the military's own raw data on the war, including numbers killed, casualties, threat reports and the like, according to Julian Assange, the founder of WikiLeaks.org, which published the material Sunday."It is the total history of the Afghan war from 2004 to 2010, with some important exceptions -- U.S. Special Forces, CIA activity and most of the activity of other non-U.S. groups," Assange said.CNN has not independently confirmed the authenticity of the documents. The Department of Defense will not comment on them until the Pentagon has had a chance to look at them, a Defense official told CNN.Assange declined to tell CNN where he got the documents. He claims the documents reveal the "squalor" of war, uncovering how many relatively small incidents have added up to huge numbers of dead civilians.The significance lies in "all of these people being killed in the small events that we haven't heard about that numerically eclipse the big casualty events. It's the boy killed by a shell that missed a target," he told CNN."What we haven't seen previously is all those individual deaths," he said. "We've seen just the number and like Stalin said, 'One man's death is a tragedy, a million dead is a statistic.' So, we've seen the statistic."WikiLeaks publishes anonymously submitted documents, video and other sensitive materials after vetting them, it says. It claims never to have fallen for a forgery.It has made headlines for posting controversial videos of combat in Iraq.The site gained international attention in April when it posted a 2007 video said to show a U.S. helicopter attack in Iraq killing a dozen civilians, including two unarmed Reuters journalists.At the time, Maj. Shawn Turner, a U.S. military spokesman, said that "all evidence available supported the conclusion by those forces that they were engaging armed insurgents and not civilians."Pfc. Bradley Manning, 22, suspected of leaking a classified 2007 video, has been charged by the U.S. military with eight violations of the U.S. Criminal Code for transferring classified data, according to a charge sheet released by the military earlier this month.Attempts to reach Manning's military defense attorney, Capt. Paul Bouchard, were unsuccessful Sunday. However, U.S. Army spokesman Col. Tom Collins has said Bouchard would not speak to the media about the charges.Assange says WikiLeaks has attempted to put together a legal team to defend Manning, something it will do for any "alleged" whistle-blower that runs into legal trouble because of WikiLeaks.Assange, a former teen hacker who launched the site in 2007, denies that WikiLeaks has put troops in danger."There certainly have been people who have lost elections as a result of material being on WikiLeaks," he said."There have been prosecutions because of material being on WikiLeaks. There have been legislative reforms because of material being on WikiLeaks," he said. "What has not happened is anyone being physically harmed as a result."The website held back about 15,000 documents from Afghanistan to protect individuals who informed on the Taliban, he said.But he said he hoped his website would be "very dangerous" to "people who want to conduct wars in an abusive way.""This material doesn't just reveal occasional abuse by the U.S. military," he said. "Of course it has U.S. military reporting on all sort of abuses by the Taliban. ... So it does describe the abuses by both sides in this war and that's how people can understand what's really going on and if they choose to support it or not."Assange said the organization gets material from whistle-blowers in a variety of ways -- including postal mail. He said WikiLeaks vets it, releases it to the public and then defends itself against "the regular political or legal attack."He said the organization rarely knows the identity of the source of the leak. "If we find out at some stage, we destroy that information as soon as possible," he said.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/7/2010 20:01 לינק ישיר 

גוטע נייעס אויפן האריזאנט! גאר מעגליך אז די טאג איז נאנט וואס איר וועט נישט דארפן לעבן אינטער שטענדיגן פחד אז אייער קאר וועט פארשלעפט ווערן דורך די מכשפים. ליינט דא http://bit.ly/bmocUP



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/7/2010 21:52 לינק ישיר 

גאר פרייליכע נייעס! מ'וועט שוין קענען שלאפן רואיגער..

אגב, עס קוקט אויס ווי עס בעיקר געמאכט פאר די ארימע. ווידעראום די רייכערע אויטא'ס וועלן יא ווערן אוועקגעשלעפט.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/7/2010 22:36 לינק ישיר 

געלעגער טראכט און בלומבערג לאכט...

היינט קומט די נייעס אז נאכדעם וואס בלומבערג איז ארויס אין א קרעפטיגער קאמפיין אין די מידיאו קעגן דעם ביל זענען די סטעיט באאמטע איינגעגאנגען אויף געוויסע פשרות מיט אים און די קאר שלעפעריי וועט דעריבער פארבלייבן אין קראפט!

http://www.vosizneias.com/60886/2010/07/27/new-york-ny-mayor-bloomberg-gets-his-way-on-towing-scofflaws-cars




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/7/2010 23:34 לינק ישיר 

מאחמוד אחמאדינהישאד, דער איראנער פרעזידענט, האט געזאגט אויף דער איראנער טעלעוויזיע אז אמעריקע פלאנט צו אטאקירען צוויי מיטל-מזרח לענדער ביז די קומענדיגע דריי חדשים.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/7/2010 20:41 לינק ישיר 

אין פאקיסטאן האט א פליגער געקראכט אן קיין איבערלעבער. צוויי אמעריקאנער זענען געשטארבן אין דער קראך אין נאך 150 אנדערע, צווישען זיי אסאך פאקיסטאנער. דער פליגער איז געפאהרן צווישען צוויי פאקיסטאנער שטעט. אין האט געקראכט נעבן איסלאמאבאד ווארשיינליך צוליב דער גאר שווערע וועטער אין יענעם געגענט.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/7/2010 20:45 לינק ישיר 

א ריכטער האט היינט געבלאַקט עטליכע טיילען פון דער באקאנטער אריזאנע אימיגראציע געזעץ



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/7/2010 20:54 לינק ישיר 

א ריכטער אין פיניקס אריזאנע האט ארויפגעלייגט א אפהאלטונג אויף חלקים פון די פרישע אריזאנע אימיגראציע געזעץ וועלכע גייט מארגן אריין אין קראפט,
  א חלק וואס ער האט געבלאקט איז אז עס איז נישט קיין פארברעכן פאר א אימיגראנט זיך צו דרייען אן אימיגראציע פאפירן און האט אויך געלייגט רעסטריקשן אויף די פאליציי אפצושטעלן אומליגאלע אימיגראנטן.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/7/2010 21:01 לינק ישיר 

יעצט זעה איך אז ברוך אבמא האט מיר אויסגעכאפט, סארי



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/12/2010 20:19 לינק ישיר 

אין ארץ ישראל טוט זיך היינט לעבעדיג.. עע!. וואס לעבעדיג? טויט!!! איבער 40 זענען אומגעקומען אין א באס וואס איז פארכאפט געווארן אין פלאמען פון די גרעסטע וואלד פייער דארט וואס ברענט אויפן הר הכרמל נאך דערווייל אוט אף קאנטראל,



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/12/2010 04:40 לינק ישיר 

יעקב כהן - לוח הציבר




רעפובליקאנער  פארשפרעכן  צו  בלאקירן רעגירונג  ביזן  באשטעטיגונג  פון  שטייער שניטן

וואשינגטאן.  -  די  פירער  פון  די רעפובליקאנער  פארטיי  אין  קאנגרעס  און אין  סענאט  האבן  נעכטן  פארשפראכן און צוגעזאגט אז  זיי  וועלן בלאקירן דעם סענאט און  קאנגרעס  און  נישט  לאזן  דורכפירן  קיין שום  ביל,  ביז  ווי  לאנג  די דעמאקראטן  וועלן זיך ברעכן און מסכים  זיין צו פארלענגערן די שטייער שניטן  וועלכע פרעזידענט בוש האט איינגעשטעלט.
מיט  די 42  רעפובליקאנער  סענאטארן וועלכע  האבן  אונטערגעשריבן  דעם  צוזאג, קענען  אמעריקאנער  בירגער פארגעסן פון  חלומען  איבער  א  אומפארטייאישע וואשינגטאן  וועלכע  האט  בלויז  אינזין די  באדערפענישן  פון אמעריקאנער פארפלאגטע בירגער.
דער  רעפובליקאנער  צוזאג  איז  נאר  פאר די  לעצטע  פאר  פארבליבענע  טעג  פונעם 2010  יאר  און  אין 2011, וועלכע הייבט זיך  אן  געציילטע  וואכן  ארום,  וועלן  די רעפובליקאנער סיי ווי קאנטראלירן קאנגרעס און  די  דעמאקראטן  וועלן  סיי  ווי  שוין  מער נישט האבן די מאכט.
דאס איז אבער פארט שלעכטע נייעס פאר די דעמאקראטן,  וועלכע האבן  נאך פלאנירט דורכצופירן  עטליכע  וויכטיגע  בילס  אין  די קומענדיגע פאר טעג.

***

אבאמא  אדמיניסטראציע:  מער  קיין  אויל גראבונג ביים איסט קאוסט

וואשינגטאן. - די אבאמא אדמיניסטראציע האט  נעכטן  געמאלדן אז  זי  וועט מער  נישט ערלויבן  קיין שום  גראבונגען  ביי די  וואסערן נעבן  די  אמעריקאנער  סטעיטס  לואיזיאנא, פלארידע  און  אזוי  ווייטער,  אלע  סטעיטס 
געפינען זיך ביים איסט קאוסט.דאס איז א טויש פון די אדמיניסטראציע'ס ביז  יעצטיגע  פלענער,  ווען  זי  האט  געזאגט מיט  עטליכע  מאנאטן  צוריק  אז  זי  וועט יא  ערלויבן  פרישע  גראבונג  שטודיעס דורכגעפירט  צו  ווערן  צו  זעהן  צי  מען  קען גראבן מער זיכערערהייט ביי די אמעריקאנער בארטענעס.
די  גאנצע  סומאטוכע  איבער  פרישע גראבונגען איז א דירעקטע רעזולטאט פונעם מאסיוון  בי  פי  אויל  אויסגוס,  וועלכע האט אפעקטירט עקאנאמיש און ענווייראמענטאל די  אלע  אמעריקאנער  סטעיטס  ביי  די בארטענעס פונעם איסט קאוסט.

***

צוויי  מיליאן  ארבעטסלאזע  אמעריקאנער פארלירן בענעפיטן אין די קומענדיגע טעג

וואשינגטאן.  -  ארום  צוויי  מיליאן אמעריקאנער בירגער וועלן אין די קומענדיגע פאר  טעג  אויפהערן  צו  באקומען  זייער 
מאנאנטליכע ארבעטסלאזיגקייט  בענעפיטן, און דער פראגראם וועלכע פילע געבן קרעדיט דערפאר  אז  עס  האט  אנגעהאלטן  זייער פינאנציעלע מצב און האט זיי געגעבן מוט צו ארויסגיין זוכן א דזשאב, וועט גיין שלאפן.
דאס קומט צוליב וואס די קאנגרעסלייט און סענאטארן אין  וואשינגטאן האבן פארפעלט צו  דורכפירן  א  פארלענגערונג  פאר די בענעפיטן,  וויבאלד  די  רעפובליקאנער  האבן געזאגט אז זיי וועלן דאס נאר שטיצן אויב וועט עס נישט צולייגן הוצאות צום געשוואלענעם פעדעראלן בודזשעט דעפיציט.

***

תימן ווארפט אפ וויקי ליעקס אויפדעקונגען די  תימנער  רעגירונג  האט  נעכטן  געזאגט אז  די  זאכן  וואס  עס שטייט איבער איר אין די  וויקי ליעקס דאקומענטן,  זענען  גאר  ווייט פון רעאליטעט, און עס איז בכלל נישט אמת אז  זי  האט  ליגנט  געזאגט  איבער  די  מיסיל אטאקעס אויף על קאידא ציהלן אין תימן. 
אין  די  וויקי  ליעקס  דאקומענטן  וועלכע זענען  פארעפנטליכט  געווארן  אנהייב  וואך, איז אנטדעקט געווארן אז די תימנער רעגירונג האט  כסדר  געזאגט פאר אירע  בירגער אז  זי פירט  אליינס  דורך  די  מיסיל  אטאקעס  אויף על קאידא,  ווען אין רעאליטעט האט דאס די אמעריקאנער סי איי עי דורכגעפירט.

**

די סטאקס האבן נעכטן געהאט גאר א גוטן טאג, און דער דאו דזשאונס האט זיך שטארק געהויבן, נאכדעם וואס די אויטא אינדוסטריע האט  געמאלדן  גוטע  פארדינסטן  און  די קאנסומער סעילס ציפערן זענען געשטיגן.

**

איראן  האט  געזאגט  אז  זי  וועט  אנהייבן צושטעלן  זיכערהייטס  וועכטער  פאר  אירע סייענטיסטן,  נאכדעם  וואס  איין  סייענטיסט איז אומגעקומען אין א פלוצימע אטאקע און איין  סייענטיסט  איז  פארוואונדעט  געווארן. 
איראן  באשולדיגט  אמעריקע  און  מדינת ישראל אין די אטאקעס.

***



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > חברה וקהילה > היימישע קרעטשמע > נייעס - טעגליכע קורצע נייעס
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext