וואס זאל איך זאגן? איך קום יעצט פונעם סערווער, טריאוי ליגט אינטער די סערעווער מיט א LED פלעשלייט, ארענדער האט אינמיטן טוישן די פיול פילטער, וויכי איז אויך נישט אוועקצומאכן, ער קומט אגאנצן צייט ארויס טשעקן צו זיינע בליטשקעלעך ארבעטן נאך.. נאכדעם וואס דער מעין-סעווער איז דאך געגאנגן שלאפן קען מען שוין גארנישט טראסטן...
די אפעקט אליין וואס דאס האט איבערגעלאזט אויף אונז אלע איז נישט צום באשרייבן, דאס אז יענטאאש האט זיך אויפגעוועקט דאס אליין איז א סימן אז מיר זענען נישט אין "אידישע וועלט" , לאמיר אבער זיך באציען צו
די סייט אפעקט'ס
א. פון "וועד מורא מקדש" האט מען איבערגעגעבן אז די טעיפ וואס האט ממש יעצט געדארפט ארויסקומען איז געווארן אפגעשטיפט אויף אן אומבאשטימטן זמן
ב. משפחת משה גאלדמאן ז"ל האט איבערגעגעבן מער פאסיטיוו, אז טאקע אויף חמשה עשר באב נישט אבער אויף אדר שוין יא! ס'ווענד זיך צו די סערווער וועט שוין דעמאלטס יא ארבעטן [הערת הצוזעצטער בחור: איך וויל אפי' נישט טראכטן...].
ג. דער פארפאסער פון די הערליך אויפגעכאפטע טעיפ וואס געפינט זיך היינט אויף יעדע אידישע [טויטע]סערווער "בדידי חלק ב'" האט אויך געהאט עפעס צו זאגן, נאר אזוי ווי די קרעטשמע איז טויט קען איך נישט טשעקן וואס ער האט געוואלט זינגן/זאגן/טון וכו'
דער גורם
וואס האט געברענגט דערצו אז דאס זאל טאנצן/קלאפן/קראכן?
אהה, אקעי
אסאך האלטן, אז דאס וואס אסאך אלטע ניקס זענען לעצטנס געשטארבן האט עס מיטגעשלעפט דעם סערווער..
אנדערע מער ערפארענע אויסגערופענע עקספערטן ערקלערן דאס פאלגענדע זאץ: אז דאס פאטיליטעט פונעם מוח קאמער פון אידישע וועלט [סערווער בלשון לאומים] האט צוטון מיט די הויכע באשפריצטע אידישע וואס מען האט און אים לעצטנס אריינגענידעלט..