בית פורומים היימישע קרעטשמע

ער איז פארווייטאגט...

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-26/7/2010 00:59 לינק ישיר 
ער איז פארווייטאגט...

ווער ס'האט שוין באזוכט אין די פארומס פון איי וועלט היכל הנגינה, האט שוין ווארשיינליך באמערקט אז ס'לעצטענס דא דארט א ניק "טאבאקא", וואס איז אקטיוו אין א מאסיווע ווערק פון אפשרייבן "אלטע אידישע לידער", און דער יעניגער דרייט זיך ווארשיינליך יעצט ארום פארווייטאגט פאר צוויי אורזאכן, 1 אז זיין גאנצע ווערק פון שעות ארבעט איז אין געפאר פון פארלוירן גיין, 2 אז ער קען נישט דא אריינקומען אונטער דעם נאמען ווייל ס'שרייבט זיך מיט רויטע בוכשטאבן "תפוס"...

אבער אז ס'איז שוין יא אזוי וועל איך מוזן אים פרובירן אביסל צו ריפלעיסן, כאטש די ברייטע ידיעות וואס ער פארמאגט פארמאג איך ווייט נישט

 כדי אביסל אויפצולעבן דעם פארכמורעטן מצב, וועל איך דא אראפשרייבן מיינע אייגענע ווערטער -וואס כ'האב מיך נעכטן צוזינגען- אין ליכט פונעם מצב וואס מיר שטייען יעצט, אויף די טאן פון א פזמון פון א אלטע באקאנטע אידישע בענקען ליד

איי איי "איי וועלט" מיין שטעטעלע אייוועלט
מיין היימעלע דארט וואו האב גאנצעטע יארן פארבראכט
וואו ביסטו געגאנגען איי וועלט
מיין שטעטעלע איי וועלט
מיין היימעלע דארט וואו האב גאנצעטע יארן פארבראכט

יעדער איינער איז דארט געווען מיט אלעמען גלייך
ארומגעשווימען אין הארמאניע וואו אין א רואיגן טייך
צו זענט איר געווען אמאל אין איי וועלט
מיין שטעטעלע איי וועלט
מיין היימעלע דארט וואו האב גאנצעטע יארן פארבראכט

לאמיר זעהן צו איינער קען צוטרעפן צו וועלכע ליד כ'האב מכוון געווען
(ווער ס'האט עס געמאכט, און ווער אלץ ס'זינגט עס אזוי, און ווער אנדערש, וועל איך איבערלאזן פארן ארגינעלן טאבאקא...)

און איך לאז יא שרייבן דא שכוח'ס און ס'מוז נישט דוקא זיין פריוואט



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/7/2010 08:47 לינק ישיר 
הספד מר על הגה"ק מאיי וועלט זצוקלללללללה"הה

א הספד אויף איי וועלט! איי איי איי. איי וועלט אוי איי וועלט אוי איי וועלט אוי איי וועלט אייייייי וועלט איי וועלט איי וועלט. געווען א מאל א פלאץ א זיסע א שיינע. איי וועלט אוי איי וועלט אוי איי וועלט אוי איי וועלט אייייי ועלט איי וועלט איי וועלט. געווען אמאל א פלאץ וואס מען טרעפט נישט פאר קיין שום געלט. נאר זיך דארט צו דרייען איז א פארגעניגן. זעץ!. וואס דיין הארץ וויל טוסטו באקריגן. זעץ!. אן ארטיקעלע און אן אנאליזעלע און סתם א שמועסעלע און א גלעזל קרעטשמע וויין! הוי! איי וועלט איז דאך גוט פון קיין דאגות ווייסט מען ניט ארטיקלען שרייבט מען איבעראל און גארנישט איז קיין אפפאל איי טירירירי טירירירי ראם איי טירירירי טירירירי ראם איי סאיז א מחיה! בעסער קען נישט זיין איי א פארגעניגן נאר אין קרעטשמע זיין דאס מיינט אין קרעעעעעעעטשמע זיין!!! (אמאל געווען...) טרעף צו די ניגון...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/7/2010 08:52 לינק ישיר 

פארוואס קען און דעם גיהנום הייד_פארק נישט ארבעטן קיין ענטער????????? נישט אומזיסט איז ער באהאלטן (הייד...) נאכן אויפרעגן אזויפיל מענטשן איז א סכנה פאר אים צו זיין אפען... העי! דו! קום ארויס! די ווילסט זיך שלאגן???? ניין??? דעמאלטס געב ארויס די אלע ענטערס וואס דו האסט געגנבעט! והכל עלמקומו יבוא בשאלאכטס



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/7/2010 15:20 לינק ישיר 

איך האב מיך נישט געטרויעט צו נעמען דעם ראמעניע ראמעניע ראמעעעעעעעעעעעעניע ראמעניע ראמעניע
צוליב מורא אז כ'וועל נישט קענען אזוי הויעך ארויפציען... און אויך קען איך נישט אזוי שנעל צאםכאפן ווערטער...
דעריבער האב איך גענומען דעם "בעלז", אלענפאלס דו שרייבסט זייער גוט

איך זעה אז דו האסט פראבלעמען מיטן שיקן א תגובה, איינער האט מיר אמאל געגעבן א עצה אז פאר מ'דריקט שלח מאכט מען עס שווארץ (כ'מיין צו זאגן בלוי) און מ'דרוקט קאנטראל סי, אזוי אז אפי' אויב ס'קומט ארויף מיט רויטע בוכשטאבן "שם משתשמש ו\או סיסמה שגויים" כרגיל, איז מען זיך נאכאמאל מחבר און מ'דרוקט קאנטראל ווי און מ'האט צוריק די גאנצע זאך



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/7/2010 16:49 לינק ישיר 

און וויאזוי נעם איך אראפ א דאפלטע תגובה??



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/7/2010 19:59 לינק ישיר 

פיינע ניגונים.
ענטער.
קיפ איט אפ.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-27/7/2010 08:40 לינק ישיר 

TellMeSome כתב:
און וויאזוי נעם איך אראפ א דאפלטע תגובה??

נאר א מנהל\מנהל משנה קען, איך האב עס אראפגענומען.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-27/7/2010 15:39 לינק ישיר 

באקומען פון "דו_גנב" אין אישי

אזוי ווי כ'האב נאכנישט באקומען רשות כתיבה מוז איך דיר שרייבן פריוואט

נאכן "ברעיק דאון" ווען ס'איז געווארן "אויס וועלט", בין איך געווען מסופק צו איך זאל מיך איינשרייבן דא אינעם אלטן פארשטויבטן קרעטשמע, סיי ווייל כ'האב געהאפט אז "איי וועלט" וועט זיך אויפוועקן ווי שנעלער (אוי געוואלד ס'גלייבט זיך נישט, שוין קרוב צו א וואך...) נו צו וואס זיך גיין איינשרייבן און זיך באלמוטשען מיט אלע פראבלעמען יעדעס מאל וואס מ'וויל שיקן א תגובה, אלעס פאר א טאג צוויי (אזוי האב איך געהאפט), און ווי אויך איז זייער נישט געשמאק דא אין ה"פ ס'איז נישט איינגעטיילט אין קאטעגאריעס אלעס איז איין קוגל, ווי אויך קען מען נישט געהעריג פאררעכטן

אבער אז דו קומסט מיר דא אן, און נישט נאר דו גנב'עסט מיין ניק (למפרע...) ווילסטו מיר נאך איינטיילן מיינע געפילן אז כ'זאל זיין פארווייטאגט... האב איך געמוזט נעמען די מיה און כ'בין דערויף מוחה בכל תוקף ועוז, סארא חוצפה!

און כ'וויל דיר זאגן דעם אמת ניין און נאכאמאל ניין, כ'בין בכלל נישט פארווייטאגט אויב עפעס אביסעלע באזארגט כ'האב פארט ארייגעלייט פיל שעות ארבעט אין יענעם אשכול, (און ווי לענגער ס'וועט נעמען דער סארווער זאל באשלוסן ברוב טובו צו ענדיגן זיין חוני המעגל שלאף, אלץ ווייניגער אפעטיט וועל איך האבן ווייטער צו גיין שרייבן דארט) אבער איך וואונטש פאר אלע אידן קיינמאל קיין ערגערס

און וואס טוט מען אז מ'איז באזארגט און אנגעצויגן?
די וואס קענען מיר ווייסן שוין, מ'נעמט ארויס א קאסעטע פון א שיינעם ליד פון מרדכי הערשמאנען אדער לייבעלע וואלדמאן אדער גאר א שטיקל פון ר' יאסעלע אליין, און אלעס ווערט מסודר (מיין רביצין ווייסט שוין ווען כ'קום אהיים אנגעצויגן צינדט זי גלייך אן "רחם נא" אדער "אנת הוא שליט" און אלעס ווערט מסודר ביז געציילטע מינוטן)

און יעצט אז דו האסט מיר מכבד געווען צו שרייבן ווער ס'האט געמאכט די ניגונים וועל איך דיר שרייבן (כאטש איך גלייב אז ס'אינטרעסירט קיינעם נישט דא אין קרעטשמע)
"בעלז" האט געמאכט "בן ציון וויטלער" וואס ער האט מחבר געווען אסאך שיינע בארימטע "בענקען" לידער ווי ווארשע, קינדער יארן, און נאך אסאך אא"א לפורטם כי רבים הם 
יואלי לעבאוויטש זינגט עס אסאך, ווי אויך אנדערע אידישע לידער פון יענעם דור ווי ראמעניע, אידישע מאמע, אויפן פריפעטשיק א.ד.ג. (אויף "פרום טאב" איז דא אסאך קליפ'ס ווי ער זינגט)
און דאס ליד "ראמעניע" צו וואס "טעל מי סאם" האט זיך באצויגן, איז געווען זייער א פאפולערע ליד נאך די צווייטע וועלט קריג, ס'איז באוואוסט ע"ש די "בארי שוועסטער" וואס זיי האבן עס אסאך געזינגען, אבער מ'זאגט אז ס'איז נישט זייער
אויפן שפיל "די שטאט פון שרעק" זינגט עס "דע פאנסיקא", און נישט צו פארגעסן ליפא שמעלצער האט עס געזינגען ביי דעם גרויסארטיגן "ליפא עקספיריענס" (אום חנוכה תש?) אויף די ווערטער פורים אוי פורים וכו' ער האט געהאט דארט פראבלעמען ארויפצוציען און זינגען שנעל, וואס דאס איז די גאנצע זאך פונעם ניגון, אבער ליפא איז דאך ליפא... און ער ווערט דאך נישט פארלוירן... נעמט ער זיך לאכן אינמיטן זינגען...

אגב, סתם פאר אינטרעסאנטקייט דער ליד גייט "א מאמעליגע'לע, א פיסטראמע'לע, א גלעזל ראמעניש וויין"
איך האב שוין געהאט אמאל א "מאמעליגע" און ס'איז נישט אוועקצומאכן... ס'איז בעסער ווי סושי, אבער הערינג מיט אייער קיכל איז נאך אלץ בעסער... (אויף "יוטאב" איז דא א קליפ ווי איינער לערנט אויס ווי אזוי עס צו מאכן, ס'איז נישט קיין גרויסע זאכן)

און יא, דא קען מען מיר אויך שרייבן שכוח'ס וויפל מ'וויל...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/7/2010 03:19 לינק ישיר 

א דאנק פארן מנהל פארן מיר געבן רשות כתיבה
און אויך א דאנק פאר דיר טאבאקא פארן אריינלייגן מיינע ווערטער (כאטש אביסל אנדערש וואו איך האב געשריבן)
און אויך א דאנק פאר דיין עצה צו נוצן קאנטראל סי פארן שלחן אזוי פאליר איך נישט וואס כ'האב געשריבן 
דער "שם משתמש וכו' מאכט מיר קראנק, פארוואס איז דאס אזוי?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/7/2010 15:49 לינק ישיר 

מזל טוב פארן ווערן אנגענומען, און א דאנק פאר דיר אויך

איך האב באמערקט אז די התגלות תקלה שם משתמש וכו' געשעהט נאר ווען כ'שרייב א לאנגע תגובה און ס'איז געווען א לאנגע צייט אויפגעמישט אויף שלח תגובה אדער הודעה חדשה (איך זאג נישט אז דאס איז דער פראבלעם) משא"כ ביי א תגובה מהירה גייט ער געווענליך יא דורך

דרך אגב, האב איך באמערקט אין איינע פון די אשכולות א אלטע סייט "דאס אידישע פאמיליע" פארוואס זאל מען נישט אהינגיין?
מצדי בין איך גרייט (עכ"פ כאטש ביז איי וועלט ווערט צוריק אפען) אויב נאך אפאר ווילן http://yidishfamily.ios.st/Front/Forums/index.asp
רעדי? וואן טא טרי ענד עי גאאאאאאאאאאו

אויף די פראגע דארט "איר האט הנאה אז מיר זענען אריבער דא?", האבן 46% געענטפערט:
 איך האב נישט די ווערטער אייך צו באדאנקען! (נישטא ווער ס'זאל לאכען...)



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/7/2010 03:55 לינק ישיר 

איך האב נאר אקארשט באזוכט דעם אויפגעוועקטן איי וועלט וואס האלט זיך נאך אינמיטן אויסציען די ביינער פארן אפגיסן נעגל וואסער
וואס זאל איך אייך זאגן? איך מוז מודה זיין אז טאבאקא איז געווען אביסל גערעכט, ס'ציפט צו זעהן ווי אזויפיל תגובות פעלן...
איך האב געמוזט אפציען פון דארט מיט טרערן אין די אויגן... און כ'האב ביזדערווייל נאכנישט די קוראזש צוריק צוגיין
סאו ביזדערווייל בלייב איך דא!
ביז איך וועל וויסן צו איז דאס נאר צייטווייליג אדער מ'גייט נאך צוריק באקומען די וואס פעלן (און אויב יא, זאל דער אויבערשטער אפהיטן ווי אזוי די אשכולות וועלן אויסקוקן אויב מ'שרייבט יעצט צו)

איך וויל אויך פרעגן ווער פון די מנהלים האט אויסגעמעקט נעכטן מיין אשכול וועגן ליפא שמעלצער, (ס'מעגליך געווען אביסל נאריש, אבער כ'האב שוין געזעהן ערגערע פון דעם [לדעתי] דא, אפשר טאר מען נישט רעדן אויף ליפא? איך זעה עס נישט אין די תקנות) ביטע זייט אזוי גוט און ענטפערט מיר אין אישי, ווי אויך אויב איר האט נאך ערגעץ א קאפי דערפון וואלט איך הנאה געהאט עס צו האבן
א דאנק

אגב איך שטיץ טאבאקא'ס פארשלאג אריבערצוגיין אין "דאס אידישע פאמיליע" (ענדערש א קליינע פלאץ וואס קראכט נישט, ווי א גרויסע וואו אזויפיל תגובות קענען פארלוירן גיין)
נאך איינער איז מיט מיר?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/7/2010 18:40 לינק ישיר 

רב גנב ליפא זינגט דאס אוי אויף זיין קאסעטע "נאן סטאפ ליפא" אויף די ווערטער "א שמחה א שמחה" וכו' דארטן פרובירט ער ניטאמאלר ארויפצוציען נאר ער מאכט איינע פון זיינע באקאנטע משוגעתן און טאבאקא(די פאלשע...לאל) נישט אומזיסט זאגט מען אז "פאפיר איז דער גרעסטער סבלן".... ער לאזט אפילו מען קען נישט ארויפציען..



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/7/2010 15:18 לינק ישיר 

א דאנק פאר די אינפארמאציע, איך האב קיינמאל געהערט פון דעי קאסעטע, ווען איז דאס ארויסגעקומען?

אגב, ס'איז נישט די איינציגסטע אלטע אידישע ליד וואס ער נעמט, אויפן טעיפ "ליפא בדרך" זינגט ער די פזמון פון "אהיים אהיים" וואס יאסעלע זינגט אויף אנדערע ווערטער



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/8/2010 13:36 לינק ישיר 

רב גנב, דא האסטו א לינק וואו מ'רעדט פונעם קאנצערט וואס דו רעדסט
http://bhol-forums.co.il/topic.asp?cat_id=4&topic_id=2313732&forum_id=11712

איך האב פראבירט זיך איינצושרייבן אין דעם אויבענדערמאנטן סייט "דאס אידישע פאמיליע", אבער איך האב מיך נישט געקענט מחבר זיין, ס'קומט ארויף "עראר אן פעדש" סיי ביי עקספלארער און סיי ביי גוגל קראמב
נאך איינער האט דעם פראבלעם?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/8/2010 16:02 לינק ישיר 

שכוח, אגב זעה איך אז עלמאנסי איז דארט געווען גאנץ אקטיוו, סאו וואס איז געווארן מיט יענע פארום? הא?
הערסט על מאנסי כ'רעד צו דיר! וואו ביסטו? וואס?! האסט דיך געלאזט איבערעדן? 
ביסט שוין אויך אנטלאפן קיין "ביז צום קרעטשמע"?...
כאאאאאאאאאאאאאאפצעעעעעעעעעעעעעעעעעעם...
און וואס איז מיט "זיידיאנטשי"? ער איז נאך שולדיג "א פרטיות'דיגער בליק" דא
http://bhol-forums.co.il/topic.asp?cat_id=4&topic_id=2365675&forum_id=11712

און דו טאבאקא זאלסט נישט זיין אזוי פארווייטאגט אז די "פאמיליע" ארבעט נישט געהעריג
ס'דא צענדליגער אזעלכע סייט'ס וואס זענען אינגאנצן פארלאזט
דא האסטו צוויי ביישפילן
די שריפט
http://dershrift.wordpress.com/category/%D7%90%D7%99%D7%93%D7%99%D7%A9%D7%A2-%D7%A0%D7%99%D7%99%D7%A2%D7%A1/
אידישע נייעס סטאנציע
http://yiddishnews.forumotions.com/

צוויי גוטע היימישע נייעס סייטס וואס וואלט געקענט ווערן מעכטיג, אבער ס'איז שוין לאנג נישט אקטיוו, אזוי גייט עס, וואס קען מען טוהן?

מיר דארפן זיין צופרידן מיט וואס ס'איז יא דא, און זעהן אז כאטש די דאזיגע זאלן נישט פארפאלן גיין



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/8/2010 11:03 לינק ישיר 

כ'האב נארוואס זיך פארבענקט צו דעם קרעטשמע אין איי וועלט און פראבירט דארט אריינצוגיין
זעה איך אז ס'איז אצינד פארשלאסן פאר רענאוואציעס, האפענטליך פרישט מען עס צוריק אויף אויפן אלטן אויסשטעל

און ס'זינגט זיך מיר אזוי ווי פון זיך אליין דאס ערשטע העלפט פונעם לידעלע בעלז

דערצייל מיר ארענדער, דערצייל מיר געשווינד
ווייל איך וויל וויסן אלעס אצינד
ווי זעהט אויס דאס קרעטשמע וואס האט אמאל געגלאנצט
וואו זענען אלע תגובות וואס מיר האבן פארפלאנצט

(און האפענטליך ענטפערט ער נישט אזוי...)

דאס שטיבל איז אלט, באוואקסן מיט מאָך און גראז
דער אלטער דאך צופאלט, אין די פענסטער נישטא קיין גלאז
דער גאניק איז קרום, צובויגן די ווענט
דו וואלסט עס שוין מער אליין ניט דערקענט...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > חברה וקהילה > היימישע קרעטשמע > ער איז פארווייטאגט...
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext