חאחאחאחאחא! איך האב אויסגעפירט! מיר זענען אין ה"פ
וויילענדיג אויף וואקאציע דעם פארגאנגענעם וואך האט זיך אין מיינע
אינערליכע געפילן כסדר געמוטשעט און געצויגן צו עפעס א הרגשה "גרויזאמער,
גיי שאף אינטערנעט און גיי ארויף אויף איי וועלט! עפעס טוט זיך דארט!".
דער אמת, איך בין געווען דער איינציגסטער אין מיין קאטעדזשעס קאלאניע וואס
האט נישט פארמאגט קיין אינטערנעט, נישט פרומקייט נאר פוילקייט האט געשפילט א
ראלע, עס האט זיך אנגעהויבן מיט דריי יאר צוריק ווען די שטאט האט געטיילט
ספרינט קארטלעך פאר אלע סעקשאן 8 באניצער, איך האב דאן נישט אפלייט פאר א
קארטל וואטשער, ביז זיי האבן פארשלאסן די וועיטינג ליסטע.
יעדן טאג פארביי האט זיך דער תשוקה צום קרעטשמע כסדר פארגרעסערט, "עפעס
גייט פאר! גרויזאמער וועק זיך אויף" האט זיך מיין געדאנק אנטפלעקט צו מיר
אין חלום.
אין מיין קאלאניע הייס איך א פון די גרעסטע פארדינער, איך הער כסדר
אונטערמורמעלען אונטער מיין ריקן "געב אים נישט קיין פעני דער שנארער, ער
איז בכלל נישט קיין רחמנות, ווען ער מאכט ווען טאקע נישט קיין געלט וואלט
ער געזוכט א בעסערע ארבעט ווי שנארן"... על כל פנים פאר אזא הערליכע
פארדינער איז א שטיקל בזיון צוצוקומען לידי מתנת בשר ודם אז איך זאל זיך
בייגן און גיין זוכן אינטערנעט.
אזוי האט זיך דער תשוקה פארגרעסערט ביז צום קלימאקס ווען שבת נאכמיטאג האב
איך נישט מער און נישט ווייניגער... עס איז א חרפה צו זאגן... איך האב זיך
אראפגעלייגט שלאפן! יא! איר האט גוט געהערט! מיין קערפער האט פארלאנגט א
שטיקל אפרוה.
יעצט אהיימקומענדיג זעה איך אז מיינע געפילן האבן מיך נישט אפגענערט, א
מאסיווע נוקעלארע אויפרייס, אין היסטארישן זין פון ווארט האט אויפגעטרייסלט
דעם קרעטשמע טאג בוך, וועלכע וועט זיכער פארשריבן ווערן מיט אזאלכע הייד
פארק אותיות אין די היסטאריע פונעם קרעטשמע.
את אשר ישבנו בא, עס איז אנגעקומען, מיר זענען צוריק אין הייד פארק!
דער אויספלאץ וואס האט מיך באנומען איז אין לשער ואין לתאר, שוין יארן וואס מיין זעל האט נישט טועם געווען אזא געלעכטער.
די אלע גרויסע און וויכטיג מאכערס שרייען, בונטעווען, "וויאזוי געט מען זיך
א עצה?" מען עפנט זיך ניקס, מען ווייסט נישט וואס אריינצושרייבן די תאריך
לידה, די מין, די מקום מגורים, יוי, חברה ווען מען וואלט ווען געקענט
שרייבן געלעכטער וואלט זיך די גאנצע אינטערנעט געטרייסלט פון מיין געלעכטער
יעצט.
די נייע אינגע חברה וואס האבן געמיינט אז די גאנצע אינטערנעט איז תחת ידם
ווערן פלוצים אזוי באוואוסטלאז, מען זעט זיי נישט פאר די פליישיגע אויגן.
די אלע וואס האבן אלע יארן אראפגעקוקט די מייסדים און וותיקי הקרצ'מה זעצן
זיך די קאפ אין וואנט, זיי איז קיינמאל נישט בייגעפאלן אז אייוועלט.קאם איז
נישט דער מקור, נישט פון דארט קומט די קרעטשמע.
די אלע גרויסע ניקס קומען אהער און זיי ווילן זיך עפענען זייערע קביעותדיגע
ניקס, באמפססס... שם המשתמש כבר קיים... א השגה... נאך 20 יאר וואס הייד
פארק שטייט שוין האבן די חברה געטראכט אז זייער נאמען אין איי וועלט וועט
נאכנישט זיין קיים... שם המשתמש שגוי, הסיסמה אינה נכונה....
חאחאחאחאחחאחא, צייטליך וויכטיג מאכער און אלע גרויסע מויל מאכערס האבן
געמוזט מאכן א שינוי השם וואס האט אויפגעהויבן אלעמענס אויגן ברעמער.
ווער איז נישט אפעקטירט געווארן?
קרעמער, גרויזאמער, און די פאר אפגדזשאוועטע וותיקי הקרצ'מה.
ווי אר הער טו סטעי! לעבן זאל הייד פארק.
יעצט וועט איר שפירן די נקמה! קוקט אויף דעם בילד:
צוויי תגובות פער יארע!
2 תגובות אין יאר 2008, 2 תגובות אין יאר 2009, און 2 תגובות אין 2010
פארשטייסט? און פלוצים קומען זיי זיך אן און נעמען זיך צו שיסן תגובות.

בכל אופן, דאס איז נאר געווען א דערמאנונג אז די וועלט איז נישט דיינס, כאטש די אלע עגמת נפש פראבירן מיר צו פאררעכטן דעם סארווער וועלכע האט זיך איבערגעקאצקעט מיט די טאץ פון קליינע טעלערלעך אייזקרים, זיין ריפ איז צובראכן, און דערווייל איז ער אויס סארווער.
בתקוה להבנה.
 |
|
|