מאסיווע ארויסרינונג פון דאקומענטן שטעלט אפגאנער קריג אונטער פראגע צייכענעס
וואשינגטאן. – נעכטן מאנטאג אינדערפרי האט א פארשונגס-וועבזייטל מיטן נאמען "וויקי-ליעקס" געלאזט ארויסרינען אזויפיל ווי 91 טויזנט געהיימע קלאסיפיצירטע דאקומענטן איבער דעם אמעריקאנעם קריג אין אפגאניסטאן, און דער אנפירער פונעם וועבזייטל דזשוליען אסענג (זעהט אים אויפן בילד), א בריטישער דזשורנאליסט און פארשער, זאגט אז ער האט נאך צענדליגער און הונדערטער דאקומענטן וועלכע ער וועט אין די קומענדיגע טעג סארטירן און ארויסגעבן פארן פובליק.
ווי נאר עס איז אנגעקומען די נייעס אין וואשינגטאן, האט א פאליטישער שטורעם אויסגעבראכן, ווען די אמעריקאנער "ניו יארק טיימס", די לאנדאנער "טעלעגראף" און די דייטשער "דער שפיגל" האבן געקריגן קאפיעס פון די דאקומענטן און האבן דאס פארעפנטליכט פארן פובליק, און ווי נאר אמעריקאנער בירגער האבן אנגעהויבן אריינצוקוקן אין די דאקומענטן, האט זיך ארויסגעשטעלט גאר א שווארץ בילד איבער די אמעריקאנער קריג אין אפגאניסטאן, וועלכע ציהט זיך שוין נאנט צו 10 יאר און קיין ענדע זעהט זיך נישט אן אויפן האריזאנט.
צווישן די שאקירנדע דעטאלן אין די דאקומענטן, וועלכע דעטאליזירן דעם קריג פון די יארן 2004 ביז 2009, זעהט מען ווי די מיליטער האט די אלע יארן באהאלטן פארשידענע נעגאטיווע פאקטן פונעם פובליק, נישט וועלנדיג אז עס זאל זיך שאפן א מאסיווע קעגנערשאפט אינערהאלב די אמעריקאנער בירגער קעגן דעם קריג, ווי למשל דער פאקט אז עס איז ביי איין פאל געלונגען פאר די טאליבאן צו לייגן א האנט אויף א גרויסע שיפמענט פון אמעריקאנער מיסילס און זיי האבן עס דערנאך געניצט אומצוברענגען אמעריקאנער טרופן אין אפגאניסטאן.
די דאקומענטן פארבן א נייעם בילד איבער דעם מצב אין אפגאניסטאן זעלבסט, וואס די אמעריקאנער קריג דארטן האט שוין אפגעקאסט פיל מער ציווילע ארטיגע בירגער ווי עס איז אפיציעל באריכטעט. דער ציפער אין די דאקומענטן איז בערך 2000 ציווילע אומגעקומענע אלס דירעקטער רעזולטאט פון די שלאכטן און נאכאנאנדע פייער אויסטוישן.
אויך אנטהאלטן די אויפגעדעקטע דאקומענטן גאר אינטערעסאנטע און שפאנענדע דעטאלן פונעם קריג, וועלכע זענען ביז היינט נישט געווען באקאנט פארן פובליק, ווי למשל גאר דעטאלירטע באריכטן פון א ספעציעלע "טעסק פארס 373" וועלכע באשטייט פון גאר עליטע זעלנער און נעווי סיעלס און איז באאויפטראגט מיטן אפירזוכן הויכע טאליבאנער פיגורן און זיי אומברענגען אדער פארכאפן.
אויך ווערט באריכטעט אין די דאקומענטן גענויע דעטאלן איבער די פארמערטע "דראון אטאקעס", וואו די אמעריקאנער מיליטער שיסט ארויס פון א געהיימע מיליטערישע באזע מיסילס מיט א פילאטלאזן פליגער און עס ווערט אראפגעווארפן העכער א לאקאציע וואו עס געפינט זיך א הויכער טאליבאנער אדער על קאידא פירער.
די מערסט-שאקירנדע אויפדעקונג פון די דאקומענטן איז, דער פאקט אז הויכע איינגעשטעלטע אין די פאקיסטאנער רעגירונג, וועלכע שטעלט זיך אויבנאויף פולקאם צו צו אמעריקעס קריג קעגן די טאליבאן, זענען שטארק פארוויקלט אין אקטיוויטעטן צו העלפן די טאליבאנער גאר.
פארשידענע דעטאלן איבער גענעראלן אין פאקיסטאן וועמען מען האט קלאר געכאפט מיט אקטיוויטעטן ארויסצוהעלפן די טאליבאנער און זייערע אנטי-אמעריקאנער טעראר מיסיעס.
אט די דעטאלן איבער פאקיסטאן, האט דאס מערסטע אויפגעשאקלט וואשינגטאן, מער ספעציפיש די אבאמא אדמיניסטראציע, וועלכע האט גענומען א נייע סטראטעגיע און גאר שטארק געטרויעט פאקיסטאן אז זי איז א לאנד וועלכע שטייט אינאיינעם מיט אמעריקע קעגן טעראר און טאליבאנער מיליטאנטן.
איבערן טאג האט מען שוין אנגעהויבן הערן פון פארשידענע סענאטארן אז די דאקומענטן געבן א גאר שלעכטן אויסזען פאר די אפגאנער קריג און עס איז צייט איבערצוטראכטן צי מען קען בכלל געווינען א קריג וועלכע ווערט געפירט אין אזא אלטמאדיש לאנד, וועלכע האט נאכנישט געזען א נארמאלע עסטאבלירטע רעגירונג אין איר גאר לאנגע היסטאריע.
דאס ווייסע הויז, און אמעריקאנער אליאירטע אין פאקיסטאן און אפגאניסטאן האבן אבער פרובירט נעכטן אראפצושפילן דעם אימפאקט פון די דאקומענטן, זאגנדיג אז רוב פון די אינפארמאציע אין די דאקומענטן האט שוין דער פובליק געוויסט פריער און עס וועט נישט טוישן גארנישט פון די אמעריקאנער קריג סטראטעגיע אין אפגאניסטאן.
דער ווייסער הויז פרעסע סעקרעטאר ראבערט גיבס האט נעכטן געזאגט אז דאס פארעפנטליכן די דאקומענטן איז אומלעגאל און די רעגירונג וועט נעמען ערנסטע שריט צו פאררעכטן אירע סיסטעמען אז מער זאלן אזעלכע דאקומענטן, וועלכע לייגן אין געפאר די זעלנער וועלכע קעמפן מיט טרייהייט אויפן מיליטערישן פראנט, נישט ארויסרינען צום פובליק. גיבס האט אויך אויסגעניצט די געלעגנהייט צו אטאקירן די בוש אדמיניסטראציע, זאגנדיג אז די דאקומענטן פון די אפגאנער קריג זענען בלויז פון די יארן 2004 ביז 2009, ווען פרעזידענט בוש האט נאך געפירט דעם קריג, אבער שפעטער אונטער אבאמא האט זיך דער מצב פיל פארבעסערט און די באציאונגען מיט פאקיסטאן איז געווארן גאר פאזיטיוו.
תוקן על ידי עס_עפעס ב- 27/07/2010 04:55:58
תוקן על ידי בןהרחמן ב- 27/07/2010 08:31:36
 |
|
|