אקעי, הגיע זמן, עס איז געקומען די צייט ארויסצוגעבן דעם גאנצן אמת איבער דעם אזויגערופענעם "אייוועלט", ולא יכול גרויזאמער להתאפק, וויפיל איך האב פראבירט מיט אייזענע כוחות זיך איינצוהאלטן במשך די אלע יארן, ליידן און שווייגן, מוז די זאך יעצט קומען צו אן אפשטעל, ווייל עס איז כלו כל הקיצין.
דאס גאנצע אריבערגאנג צו אייוועלט איז מיר גלייך פון אנהייב געווען א מאדנע זאך, איך האב גלייך חושד געווען אז עפעס טיפערס ליגט דא באגראבן.
איידער איך וועל אריינגיין אין די דעטאלן, וועל איך בלויז ברענגען א תגובה וואס איך האב דאן געשריבן, יולי דעם 18'טער אין יארע 2006. - א קיימא לן פון 4 יאר צוריק.
דא האט איר א לינק:
http://bhol-forums.co.il/topic.asp?topic_id=1988236&whichpage=&forum_id=11045#R_1
[quote]אההההההההההה. איינער האט זיך שוין מרחם געווען דא און געשריבן עפעס.
איך האב נאכנישט דארט אריינגעטרעטן, -כ'מיין צוזאגן להשתקע שם- איינער איז דארט איינגעשריבן
מיט מיין ניק. גיי ווייס ווער. איך האב נאר אפגעשטאט א קורצע באזוך צו מאכן א קל מלא רחמים
און זעהנדיג די שמוציגע פאדאלאגע, געלע פינףאוןצוואנציגער באלבס, לעכער אין די שיטראק,
ווייספארשטויבטע ווענט, אלטפארצייטישע באדעצימערן, קוויטשעדיגע הינדזשעס, און אפענע באטלעך פעינט.
- האב איך זיך אויסגעדרייט און באשלאסן ליבערשט צו זיין היימלאז ווי מען זאל מיך נוצען אלס די
יעניגע וואס די רוחות דארפן ארויפגיין אויף זיי בעפאר - און דערנאך- וואס מען מופט אריין אין
א נייע דירה.
בין איך ביזדערווייל נע ונד בין עמודי קרצ'מיא.
אוקיי?[/quote]
יעצט ווען איך קוק צוריק זעה איך אז חכם עדיף מנביא, את אשר יגורנו בא, יא, עס האט ווירקליך פאסירט וואס איך האב זיך דערשראקן.
טו מעיק א לאנג סטארי שארט: עס האבן זיך געדרייט דא אויפן הייד פארק קרעטשמע א שיינע פאר ניקס, קרעמער, יגר'ל, מאשקע, סאכדעס, צייטליך, ועוד. אין יענע צייטן האבן מיר זייער שיין פארברענגט אינאיינעם און הנאה געהאט.
איין שיינעם טאג איז ויקם מלך חדש, און געעפענט א אייוועלט, זיין ציל איז באמת געווען צו גנב'נען אונזערע ניקס. וויאזוי? אט הערט:
ער גייט עפענען א נייע אייוועלט, יעדער גייט באקומען א "אי" צום סוף, אזויווי פארצייטנס ווען מען פלעגט יעדעם רופן מיט א יוד צום סוף (נחבי בן ופסי וכו'). וויכי, גרויזי, מאשקי, סאכדי. בקיצור דער עולם וועט שוין פארגעסן דעם ארגינעלעם נאמען, און מען וועט ערנסט מיינען אז זיי הייסן מיט די יו"ד צום סוף.
ווען עס וועט זיך גוט איינגעבן - נאך א פיר יאר בערך - וועט ער זיך מאכן כאילו אייוועלט'ס סערווער האט געקראכט, און וועט צוריקקומען קיין הייד פארק און עפענען נייע ניקס - אלעס מיט די יו"דעלעך צום סוף, גרויזי, וויכי וכו', און יעצט - נאך א שיינע פאר יאר וואס יעדער איז שוין צוגעאוואוינט צו אזאלכע נעמען, וועט יעדער מיינען אז דער וואס שרייבט מיטן ניק גרויזי איז טאקע גרויזאמער.
מיט א שיינע פאר ניקס איז עס געגאנגען גרינג, אבער מיט אזאלכע ניקס ווי מאשקע וואס קיינער האט נישט גערופן מאשקי וואס טוט מען? קיין פראבלעם, מען שרייבט מאשקעלע, צייטעלעך, וכו', בקיצור ער האט אויסגעפירט, דער עולם מיינט ערנסט אז די תגובות פון די יודעלע'ך ניקס איז באמת געשריבן געווארן דורך די ארגינעלע ניקס.
דעם ריינעם אמת, אז א שיינע פאר ניקס פון אונז, ווי קרעמער, גרויזאמער, צייטליך ועוד האבן באלד איינגעזען דעם גרויסן חורבן און זיך בכלל נישט אריבערגעצויגן אהין, אזוי אז אונזערע ניקס זענען גענוצט געווארן שלא ברשותינו דארט במשך די אלע יארן, מיר זענען געבליבן דא אין הייד פארק און געווארט אז דער קראך זאל געשען, געשטאנען קאמפסגרייט, אז אין די מינוט די קראך געשעט נעמען מיר זיך צו שיסן תגובות על אפם ועל חמתם פון די אייוועלט גרינדער.
ס'הייסט ער האט אויסגעפירט אביסל אז אונזערע ניקס זענען "דארט" לכתחלה געגנבט געווארן, אזויווי מען זעט אין מיין אויבערשטע ציטוט.
אבער דא אין הייד פארק האבן מיר זיך געהאלטן פעסט די אלע יארן, מיר האבן קיינמאל נישט געשריבן אויף אייוועלט, עס איז ביי אונז געווען א אפגעפרעגטע זאך לכתחלה.
דער אייוועלט גרינדער האט געמיינט אז מישען עקאמפלישט, עס איז דורך פיר יאר, ער קומט דא אן און עפענט זיך ניקס, צום זאח, צייטטעלעך, מאשקעלע, וויכי, ער האט יעדעמ'ס ניק!.
אבער נישט מיט אונז!
מיר האבן זיך גענומען צו שרייבן תגובות רעכטס און לינקס מיט אונזערע אלטע ארגינעלע ניקס, און דער אייוועלט גרינדער זעט אז עס איז צרות.
ער עפנט א ניק גרויזי און שרייבט דערמיט!
אבער דער עולם וויל דאס פשוט נישט אפקויפן, וואס עפעס האט זיך יעדער געטוישט ניק? עס עקזיסטירט דאך א געהעריגע צייטליך ניק אויף הייד פארק, וואו איז ער? פארוואס דארף ער עס אזוי פאני ספעלן? וכן במאשקע, גרויזאמער.
זעהנדיג כי כלתה אליו הרעה, זיין גאנצע 4 יעריגע הארעוואניע איז געגאנגען לטמיון, האט ער בלית ברירה געמוזט אפטראגן צוריק קיין אייוועלט, קנאפע 2 שעה נאכן ערשיינונג פונעם ניק "גרויזי" הערט מען די ידיעה אז א "צייטווייליגע" אייוועלט פארום האט זיך צוריקגעעעפנט.
עס קען מיינען אז ער וויל דער עולם זאל זיך בארואיגן א 2 3 וואכן, און נאכדעם וועט ער מעלדן "מען מוז צוריקגיין קיין הייד פארק", און ווידער אנהייבן מיט זיין ניק גניבות. און כדי עס צומאכן אויסזען ווי דער קראך איז "באמת" געשען, מאכט ער אזא "פראוועזארישער" סייט, ווייל די ארגינעלער סייט איז דאך כלומרש'ט דערנאך.
אדער קען זיין אז ער וויל באמת צוריקגיין דארט נאכן זעהן זיין וויסטע מפלה, און ער פראבירט צו עקטן כאילו עס איז באמת געשעהן די קראך.
וויאזוי עס זאל נאר נישט זיין וויל איך דא מעלדן, אז איך האב קיינמאל נישט געשריבן אויף אייוועלט, נישט איך, נישט מאשקע, נישט קרעמער, נישט יגר'ל, נישט צום זאך, און די ליסטע איז ריזיג. די אלע ניקס דארט זענען געגנבט געווארן פון אונז.
און איך פלאן ווייטער נישט צו שרייבן אויף אייוועלט, איך בלייב דא אויף הייד פארק, און וועל זיין דער לעצטער איבערגעבליבענער צוצושפארן די טיר דא!
 |
|
|