בית פורומים היימישע קרעטשמע

ווי אר הער טו סטיי!!!

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-30/7/2010 19:33 לינק ישיר 
ווי אר הער טו סטיי!!!

אלע האבן פראבירט צו דערגיין וואס ליגט אינטער דאס אינטער ברענגן דעם איי וועלט, נאך א זיצונג מיט גרויזאם, נישט גרויזי און נישט זיין שותף לדבר עבירה גרויזאמער, האט זיך ארויס געשטעלט אז די גאנצע ציל איז געווען פטור צו ווערן פון א גרופע וועם ארענדער און די מנהלים האבן געזען אז זיי שטעלן זיך נישט צו צום ציל מיטצוארבייטן מיט זייער וואנזיניגע פלענער.

וויכי, נישט וויכטיג מאכער, האט ביי א גענעראל פארזאמלונג צווישן אלע מהלים אחראים און זייערע איבעריגע ניקים דערקלערט אז די איינציגסטע מיטל וועט זיין צו פארשליסן דעם גאנצן סארווער, און דאן עס צוריק עפענען אן אריין נעמען דעם ציבור המשטלט על היחיד. 

דארט האבן זיך אויך באטייליגט אלע אלטע לייט, ווי בן ברחמן וואס איז יעצט געווארן א גאנצע מאכער אין קרעטשמע, אלץ ווייל ער איז געווען דער וואס האט עס ענדגילטיג באשטעטיגט דעם פלאן, און פארשפראכן צו באשיצן דעם נייעם וועלט פון אלע מרעין בישין וואס פראבירן זיך אריין צו כאפן.

נעכטן נאכט זייענדיג אין בית מדרש איז צייטלעך פארגעהאלטן געווארן בפני כל עם איבער די שרעקליכע עוולה, ער האט זיך פראבירט ארויס צו דרייען אז ער איז נישט צייטליך דער מנהל, און אויך יענער צייטליך איז געווארן מנהל הערשט נאך די זיצונג, און אזוי מסיח לפי תימו ארויס געגעבן אז ער האט זייער קלאר געוויסט פונעם זיצונג און פארשוויגן די גאנצע זאך.

היינט אין די פריע פארטאגס שטונדן איז פארגעקומען אן עמערדזשענסי זיצונג ווי גרויזאם איז געזעצן אין צענטער, איך צו זיין רעכטע זייט, עלמאנסי צו די לינקע זייט, און אלע אנדערע צענדליגע ניקים לענגאויס די צענדליגער טישן.

צוליב סעקיוריטי בין איך באגלייט געווארן אויפן וועג מיט אלע מיינע אנדערע 10 ניקים, וועלכע זענען אויך אויסגעראטען געווארן אינטער די נייע "וועלט ארדענונג" פלאן.

דער ציבור איז אויפגעשוידערט געווארן ווען גרויזאם האט אויפגעטרעטן מיט א שטורעמישע רעדע, און אראפ געשטעלט די רויע פאקטן און קראנטע באווייזן וואס דא איז פארגעקומען. ער האט פארשפראכן זיך נישט צו לאזן פון גרויזי און גרויזאמער וועלכע ווערן שטארק פארבינדן מיט די קאנטראווערסיע, און עטליכע שיך בענדליך ציען די גאנצע פלאן צו זיי.

די דרשה וועט שפעטער ארויף געלייגט ווערן ביי די אייוועלט אפטיילונג אויף קול הקהל.

נאכן הערן די דרשה איז זיך דער ציבור צוגאנגן מיט א פעסטע באשלוס, אז לא ינוח שבט הרשע....ווי אר הער טו סטיי!

אונז וועל מיר פירן דעם היגן קרעטשמע ווי אונז געפעלט, און אלע אנדערע זאלן פארבלייבן דארט אינטער די גרופע דיקטאטורן.



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/7/2010 19:34 לינק ישיר 

רעזולוציעס פון די אסיפה וועט באלד ארויף געשטעלט ווערן ווארטס רואיג.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/7/2010 19:37 לינק ישיר 

מאסן פיקעיטינג געפלאנט פארענט פון אייוועלט הויפטקווארטיר.

פרטים וועלן נאכזילבן.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/7/2010 19:37 לינק ישיר 

פרישע צענדליגער ניקים זיך אנגעשלאסן אינעם קאמפיין "ווי אר הער טו סטיי".



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/7/2010 19:39 לינק ישיר 

ברעיקינג!!!

יאנאש דער אלטער מנהל שליסט זיך אן אין אונזער קאמפיין.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/7/2010 19:43 לינק ישיר 

חחחחח.....

אונז האמיר באוויזן צו דערשנאפן דעם אלטן סארווער אריין געווארפן אין אין סוער דרעין אויפן סעווענטין בי, טעכניקער ארבייטן יעצט עס אויפצושליסן.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/7/2010 19:45 לינק ישיר 

ארענדער סטראשעט מיט געריכטליכע אנקלאגעס אויב אונז געב מיר נישט צוריק דעם סארווער.

פארגעט אבאוט איט!

אויב גייסטו מיטן געזעץ האמיר אונז מער סחורה.

ווארט נאר ווארט...




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/7/2010 19:47 לינק ישיר 

קרעמער ארבעט אויף אלע פראנטן צו פארשליסן די מרום דרוקעריי פארן דריקן אונזערע פלאקאטאן, מיינסט טאקע טעראר וועט ארבייטן???



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/7/2010 19:51 לינק ישיר 

"ווי אר הער טו סטיי" אויפלאגע אויסגעשפרייט אין אלע בתי מדרשים איבער היידפארק.

רירענדער ארטיקל פון יענטאש אן די צווייטע אלף איבער די לאנגע קייט פון השמצות וואס איז אינטער גענומען געווארן אקעגן אונז ווארפט אים זייער בנין.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/7/2010 19:56 לינק ישיר 

אגענטן אנגעקומען צום היידפארק פאסט אפיס צו דערגיין ווער עס שטייט אינטער די פאשקווילן וואס צד שכנגד האט ארויס געשיקט.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/7/2010 19:57 לינק ישיר 

"ווי אר הער טו סטיי" צענטער נייעס אין אלע מקוואות.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/7/2010 19:58 לינק ישיר 

נעבעך......גרויזי האט יעצט פראבירט צו פארטיידיגן ארענדער אין פאפא מקוה, ער האט געכאפט אזא שפריץ און זיך אפגעטראגן מיט חרפות און בושות.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-1/8/2010 12:30 לינק ישיר 

האק נישט קיין טשייניק...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/8/2010 16:02 לינק ישיר 

איים סארי הרב קארנפלעקס...
באט איים נאט העיר טא סטעי!
איי עם פרעינג ענד האופ דעט איי וועלט וויל ריקאווערי ווערי סאן!
אין דע מין טיים איים טעמפערירי העיר
דא יא אנדערסטענד?

אגב, האסט עפעס מיט הרב קארנפעלד פון אנטווערפן?
אויב יא ביטע מעלד עפעס גוטס פון דארט, (איז מען שוין אהיימגעקומען פון "וואקאנץ"?)



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/8/2010 19:21 לינק ישיר 

נאפס איי דאונט נאו הא דיס גיי איז.
וואס איז דאס וואקאנץ? וואקאציע?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-4/8/2010 03:37 לינק ישיר 

יא, וואקאציע (אידיש) דאטשע (דייטש) וויקעישען (אמעריטשקע) וואקאנץ (אנטווערפן) האלידעי (לאנדאן) וכו'



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > חברה וקהילה > היימישע קרעטשמע > ווי אר הער טו סטיי!!!
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext