בית פורומים היימישע קרעטשמע

רעב הוטקע זיצנדיג אין פארק

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-24/6/2005 00:58 לינק ישיר 
רעב הוטקע זיצנדיג אין פארק

רעב הוטקע זיצנדיג פארטראכט



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-24/6/2005 19:03 לינק ישיר 

הלווווווווווווווווווווווווואאאאאאאאאי

הלווווווווווווווווווווווווואאאאאאאאאאי זאאל איך קענען זיצען מיט איין פיסל ארויף און די האנט פארקנייטש אונטערן גאמבע גלאצענדיג אויף די לבנה וועלכע האלט נאך פארן ארויפקומען אויפן האריזאנט!!!!!!!!!


איך האב שוין געפלאנט א לאנגע וואקאציע צו די ווארימע מקומות, וואו מען קען זיך אויסלייגן נאנט צום וואסער און זיך גוט אומקוקען אויף די כוכבי לכת אין הימעל... אבער נאכן זען דעם בילד האב איך באשלאסן אז איך דארף נישט אויסגעבן אזויפיל געלט כדי זיך אויסצוטשוכען פון מיין שווערע עבודה דא...

איך קען קויפן א צוקנייטש היטל, שאפן א באנק מיט א האלב צובראכן פיסל, עס צושארן אונטער א בוים וואס בייגט זיך שוין עטוואס איין אויף אראפ, זיך צורעכטן די הויזן, ארויסשארן די ברעגעס פון העמדל, ארויפקאטשן איין ארבל פונקט ביז די האלבע האנט, ארויפבייגן דעם פנים האלב ארויף, און......................................


גארנישט מער! וואס נאך פעלט זיך אויס פאר אביסל וואקאציע?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-27/1/2006 07:35 לינק ישיר 

וויקאציע איז אלס גוט. איך זיץ מיר דא מיט די האנט אויף די גאמבע, היידפארק גייט פאריבער איינע פון אירע אומצאליגע חבלי לידה, מען גארנישט ליינען פון די ערשטע זייט נייעס, (אחוץ די סדרה אשכול וואס כאב שוין אפילו איבערגעזאגט- מיט אונזער באליבטן נאטירלעך'ס עגונה) האב איך באשלאסן איבער צו גיין די אלטע, און כאב געטראפן עפעס צוצולייגן, סאו האב איך צוגעלייגט. איר וועט מסתם זעהן די צגובה פאר מיר, ווייל איך גיי מיך לייגן א גוטע נאכט



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-27/1/2006 08:40 לינק ישיר 

האב איך נאך אריינגעכאפט עס צו זען פאר דיר?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-27/1/2006 09:03 לינק ישיר 

תוקן על ידי - ניןהרחמן - 27/01/2006 9:57:11



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-27/1/2006 15:59 לינק ישיר 

יאנאש; דו האסט געהאט עפעס צוצולייגן? וואס האסטו דא צוגעלייגט? אגב, וואס הייסט דו האסט עס שוין איבערגעזאגט? דו האסט שוין געגעסן די שבת'דיגע סעודה ביים שווער? וואו זאגסטו איבער תורות אויף די סדרה? זאג מיר נישט אז דו לערנסט פאר א שיעור... ווייל די חברה וואס זיצן ביים שיעור ברויכן נישט צוקומען צו דיר, זיי קענען אויסעווייניג אלע אשכולות פון די קרעטשמע . אז מען רעדט שוין פון די תורות אויף די סדרה, וועל איך אייך מיטטיילן אן עפיזאד (אז קיינער קאמפלימענטירט נישט, מוז איך זיך אליין קלאפן אין רוקן): א אינגערמאן פון בערך 20 יאר שטעלט מיר אפ פארגאנגענעם זונטאג און זאגט מיר: איך מוז דיר זאגען אז איך האב שטארק הנאה פון די תורות אויף די סדרה... איך האב איבערגעזאגט פאר מיין טאטע שליט"א ביי די סעודה די שמועס איבער יוכבד (אז זי איז געווען עלטער פון שרה ביים האבן קינדער) און מיין טאטע איז געווען סורפרייזד... ווייל די לעצטע מאל וואס ער האט געהערט פון מיר א תורה'דיג ווארט איז געווען ווען ער האט מיר פארהערט אין כיתה ד'... איך האב אים געזאגט אז ער איז נישט דער איינציגסטער וואס קען דאס זאגען, אבער ער איז פון די איינציגע וואס לאזן זיך הערן מיט דאנק ווערטער, וואס דאס גיבט אונז אפעטיט צו גיין ווייטער.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-29/1/2006 19:17 לינק ישיר 

קרעמער;
צוגעלייגט מיין מיינונג איבער וויקאציע (אז עס איז אלס גוט)

איבערזאגן קען זיין פאר נאך מענטשן אויסער א שווער און ביי א שיעור.

גראדע קען איך איינער פון די שרייבער דא וואס לערנט פאר א שיעור, און זאגט איבער תורות פון דא, באט זיינע מקשיבי שיעור ליינען נישט.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-29/1/2006 20:06 לינק ישיר 

דאס איז א געוואלדיגע חידוש אין דיני וואקאציע, אז עס איז אלץ גוט...



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-29/1/2006 21:40 לינק ישיר 

יאך קוק און קוק און יאך קאן נישט כאפן ווער איז אלזא דער הוטקע, רבותי און וואסארא פארק זיצט אט דער רעב הוטקע, איך עט זייער געוואלט זיך באקענען מיט אט דעם הוטקע, ער קוקט אויס זייער א רואיגער פארשוין, אלזא ווער סיהאט אביסל אינפארמאציע איבער דעם איד -אויב איז ער בכלל- זאל מיט ביטע מודיע זיין.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > חברה וקהילה > היימישע קרעטשמע > רעב הוטקע זיצנדיג אין פארק
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext