איך וואלט וועין אריינגעלייגט די פאלגענדע אנאליז אונטער מיין אייגן געגרינדעטע אשכול מיטן נאמען אנאליזירונגען, אבער היות איך זעה אז אונזער חשובער מנהל משנה וויינט און שרייט, פארפירט און קרעכצט אויף די העכסטע טענער אז דער עולם זאל זיך אנרופן, וויל איך אים דא מזכה זיין מיט די פאלגענדע ארטיקל, עס זאל זיין אין זיין נייעם געגרינדעטן אשכול, ויקרא על שמו:
היינט עפן איך אויף דעם ראדיא כדרכי איין און א האלב מינוט צו דריי, פארוואס פונקט איינס און א האלב מינוט פאר דריי אזייגער נאכמיטאג, וועל איך אייך מסביר זיין, איך בין דאך א מענטש, און מענטשן הערן דאך אויס דעם על ראשבוי אדער האש בימבא וויאזוי איר ווילט אים נאר אנרופן, ווענדט זיך צי איר הערט אויס מייקל סעבעדזש אדער נישט, קען איך נישט אנקומען ביינאכט צום שיעור און מענטשן וועלן מיר זאגען קענסט אהיימגיין דו ביסט גארנישט ווערט האסט נישט מיטגעהאלטן ראש לימבאו'ס שאו.
פיר איך זיך שוין עטליכע יאר אז איך צינד אים אן פונקט ווען ער זאגט אז ער געט פארן עולם איין און צוואנציג שעה איבערצו'חזר'ן די נקודות וואס ער האט ארויסגעברענגט פארשטייט זיך מיט איין האלב פון זיין מח צוגעבינדן צום וויידל אזוי ווי אייביג. די האלבע מינוט איז מיר פונקט גענוג אויף יוצא צו זיין ידי חובתי אלס רעפובליקאנער קאנסערוואטיווער אמעריקאנער רעכטער פליגעל קאנספיראטאר וועלכער שטימט שוין פאר בוש זייט ער האט געוואונען דעם פריימערי אין יאר צוויי טויזענט למספרם, ווייל פארדעם האב איך שטארק געשטיצט דזשאן מעקעין, פאר וועמען איך קען שוין קוים ווארטן צו שטימען אין די נאנטע עתיד ווען ער וועט אפשר לויפן פאר פרעזידענט, זיין גראדע גערעדעכץ, ווי ער האט אנגערופן זיין קאמפיין סטרעיט טאלק עקספרעס וואס נאר אדאנק קארל ראוו מיט זיין קליקע האט עס געקראכט און איז נישט אנגעקומען צו געווינען די וואלן, איז באמת געשמאק צוצוהערן, נישט קיין חילוק אויב איר זענט מסכים מיט קאמפיין פינאנץ רעפארם אדער מיט זיינע אנדערע ארויס פון די ליניע אייגנארטיגע שיטות וועלכע שטימן מער מיט די בלויע הונט אפטיילונג אין סענאט ווי יוסף ליבערמאן גלייכט זיך צו געפונען דאס פלאץ.
איך בין דאן געווען שטארק אויפגערעגט אויף גאווערנאר דזשארדזש פאטאקי דער אומבא'חן'טער אונגארישער פאליטישאן וועלכער האט פארפירט און פארארבעט מעשים אז מען זאל אפילו נישט ארויפלייגן דזשאן מעקעין'ס נאמען אויף די שטימקעסטלעך, רעדנדיג פון שטימקעסטלעך האב איך זיך דערמאנט א וויצל וואס איך האב געהערט אויף שפייזצונאכטסלעבעדיג וואס אויף ענגליש הייסט דאס סעטורדעי נייט לייוו, אז ענדליך נאך לאנגע מוטשענישן האבן זיך די אלטע לייט פון פלארידע דערלערנט וויאזוי מען ארבעט מיט די שטומבודקעס, זיי האבן שוין נישט געמאכט קיין פרעגנענט טשעדס און נישט קיין באטערפליי בעלעטס נאר די טאטשטאון סקרין וואס מען קען מיט די פינגער א דרוק טאן אויפן אויסדערוועלטן נאמען און אלעס איז גרינג אן קיין פראבלעמען, אבער דאן האט מען געזען אז די אלטע חברה בלייבן שטיין ביי די שטומבודקעס און ווארטן אז די געלט זאל ארויסקומען, הא הא דא לאכט מען.
בקיצור א מעשה האב איך ליב צו הערן דעם קלונג וואס מען הערט נאך ראש לימבאו'ס שאו וואס דאס איז א צייכן אז דער אלטער בער וועלכער פלעגט אמאל נישט הערן וואס מען רעדט צו אים און פלעגט זיך אנפאקן מיט טאבלעטן צו לינדערן די רוקן שמערצן וואס די אנדערע האלב מח האט אים אנגעווערטשאפט א דאנק איר צוגעבינדענקייט צו זיין רוקען, דער פוסטער בעל גאוה וואס ניטאמאל קיין שלום בית פארמאגט ער דער גרויסער צולייגער, דער וועמען עס פאסט נאר צו רעדן אין גאלדענע מייקראפאונען און גלייך נאכדעם פירט מען אריבער זיינע געבראטענע שטותים מיט א ברינקס טראק צו די מוזעאום פון ראדיא און די אי.איי.בי נעטווארק, דער קול איז א סימן אז ענדליך גייט ער שוין שווייגן, און נאר די וואס זענען מעמבערס צו זיין נעטווארק קענען אים ווייטער זעהן אויף די דידאו קעם, איך ווייס נישט וויפיל געלט מען צאלט פאר די מעמבערס אז זיי זאלן שטיין און זיך איינקוקען ווי ער צוקנייטשט פאפירן און ווארפט זיי ארום אין די גאנצע שטוב.
נאכדעם קומט די לאנג ערווארטעטע מינוט וואו מען קען הערן שאן הענעטי געבן א סך הכל פון די נייעס, ער זאגט אין איין מינוט דאס וואס ער פלאנט איבערצוקייען ווי א מעלה גרה דריי שעה צייט אויף די ראדיא און נאך א שעה פון ניין ביז צען אויפדערנאכט אויף פוקס נייעס קאנאל וואו ער רעדט צוזאמען מיט דעם ליבעראלן עלען קאומבס וועלכער איז א בן אחר בן פון האני קאומבס.
איך הער אויס געווענליך די איין מינוטיגע איינטראגע, און איך קען שוין זאגען בערך וויאזוי די גאנצע דריי שעה גייען אויסזעהן, אויב זאגט ער למשל אז אליווער נארט וועט היינט ארויפקומען אדער ניוט גינגריטש, און איך געדענק נישט א טאג וואס עס איז אדורך אן ניוט גינגריטש, דאן ווייס איך אז איך קען צושליסן דעם ראדיא אפאראט ביז פינף דרייסיג, ווייל ער לייגט אוועק אלע אינטערסאנטע אינטערוויאוס אויף די לעצטע פופצען מינוט ווען ער האט ממילא שוין נישט קיין כח איבערצוקייען די אויסגעדראשענע נארישע זאכען מיט וואס ער איז געווען פארנומען די לעצטע צוויי און א האלב שעה.
דאן ביים קנאק פון די שעה הער איך זיך גוט איין צו די נייעס וואס די עי.בי.סי. נייעס אגענטור האט צו פארציילן, און היות זיי ווערן זייער שנעל פארטיג, מוז איך שנעל אריבערלויפן צו ען.וויי.סי. וועלכע זענען אביסל שטייטער און קלארער מסביר די נייעס, און ווען זיי פארטיגן לויף איך ווידער צו סי.בי.עס. צו הערן וואס עס טוט זיך ביי אונז אין שטעטל, דאן ווען סי.בי.עס. גרייט זיך אויפצוברענגן דעם אכט הונדערט און אכציגער העליקאפטער וועלכער זאגט די טראפיק מיט אזעלכע מאדנע קולות משונות אז מען קען נאר איין זאך פארשטיין אז ער רעדט פון א העליקאפטער, דאן לויף איך צו ביל אריילי וועלכער רעדט אויף דאבליו.או.אר., איך הער אים אויס פשוט אלס רחמנות ווייל אזוי אז איך הער אים אויס האט ער כאטש איין מענטש וואס מאכט זיך וויסענדיג פון אים אויף די ראדיא, וואס צוליב דעם זעלבן טעם פיר איך זיך פון צייט צו צייט צו טאן א חסד של אמת און אנדרייען דעם ליבעראלן עיר אמעריקע סטאנציע פשוט זיי זאלען נישט זיין אינגאנצן אויסגעשפילט, ווייל דאן וועלן זיי חלילה נעלם ווערן פון די נייעס כוואליעס און פון וואס וועלן מיר שעפן חיות, מיר וועלן נישט האבן פון וועמען צו לאכן אין די פויסטן פון צען ביינאכט און ווייטער אויב דער שעלטער דארט וועט נישט זאגען אז בוש מיט זיין חבורה זענען מערדער און פארברעכער, און אפילו מיר קענען דאן גיין צו ליינעל אויף זיבן צען דאבעליו.או.אר. אבער עס איז אינו דומה צו דעם פאריקטן וואס איך קען אפילו נישט זיין נאמען אויף עיר אמעריקע וועלכער שטייט און שעלט אויף וואס די וועלט שטייט יעדע איינציגע נאכט, א חידוש פלא אז די רעיטינגס זייערע ליגן פלאך אויסגעצויגן ווי אויפן ביעטש.
דאס איז אבער אלעס נאר א הקדמה צו וואס איך וויל צוקומען, אז היינט בשעת די איינס און א האלב מינוט האב איך געהערט פון שאן הענעטי א זאך וואס איז מיר זייער נישט געפאלן און איך שפיר אז איך מוז מוחה זיין דערויף, ער האט געזאגט אז ער גייט רעדן פון הילערי'ס דורכפאל ביי די אלימפיקס, יעצט איידער מיר גייען אריין אין די זאך אויב עס איז א גוטע זאך אז ניו יארק האט פארלוירן די שאנס צו האוסטען די אלימפיאדעס דא אין יאר צוויי טויזענט און צוועלף למספרם אדער נישט, וויל איך וויסן פארוואס דער קליין קינד שאן הענעטי האט געשפירט פאר נויטיג אריינצומישן דא הילערי קלינטאן, מ'קען מיינען אז יעדע זאך וואס גייט נישט גוט איז אדאנק הילערי, דאס געט דאך נאר צו אויל צום פייער פון הילערי'ס טענה אז עס איז דא א רעכטע פליגל קאנספיראציע קעגן איר, וואס וועלט געווען ווען מיר וואלטן יא געוואונען די אלימפיאדעס, וואלט דען שאן הענעטי געזאגט אז דאס האט צוטאן מיט מרת קלינטאן, ער וואלט געשריגן אז דאס איז א דאנק וואס קאנדעליזע רייס האט מסתמא צוגעשאקעלט מיט איר שווארצע קאפ האר און געזאגט מקודש מקודש, אדער אדאנק בלומבערג וועלכער האט צוזאמען מיט זיין אונטערמאיאר דאן דאקטאראף פארארבעט אימערמידלעך אז די אלימפיאדען זאלן פארקומען ביי אונז אין שטעטל, על כן, פרעג איך אייך, וואס האט שאן הענעטי דערפון אז ער גייט צו ווארפן נאך א ביינדל פאר הילערי און איר צייגן אז יא עס פונקציאנירט אזא סארט קאנספיראציע אז וואס עס גייט נישט גוט לייגט מען אן אויף אירע גרויע האר.
יעצט בין איך שוין אביסל בארוהיגט פון מיין אויפרעגעניש, און איך קען שוין צוריקגיין צו מיין געווענליכן סדר היום, אויסהערן מייקל סעבעדזש און לאורע אינגרעם מיט דזשאן בעטשלער ביז איך שלאף איין. גוטע נאכט.
נו, יענטאאש, ביסטו נאך אלץ לאונלי און איינזאם און אליין?
 |
|
|