|
|
| נשלח ב-19/7/2005 18:18 |
|
| |
אה... יונגאטש.....!!!... איים סאו עקסייטעט יור בעק...!!!..... האו וואס איט..???!!!?..., דו ווייסט אז איך זיך דיך שוין ווייס-עך-ווי-לאנג איך וויל דיר באצאלן די געלט פאר די קעיק וואס דו האסט אויסגעלייגט ביים חנוכת הבית..., איך האף אז איך וועל דיך טרעפן, אז נישט גיי צו 'בן הרחמן' אדער עני וואן וואס האט די שליסל פון קהל'ס אפיס און זאג אים מען זאל דיר געבן דעם ענוועלאופ וואס ליגט אויף די צווייטע שעלף פון אונטן אין די ברוינע קלאזעט ביי די וואנט לעבן מיין דעסק, עס שטייט אויפגעשריבן דערויף 'קעיק געלט'...
שכויעך הצלחה.... בלייב דא....
|
|
|
|
| נשלח ב-19/7/2005 18:29 |
|
| |
LOL
|
|
|
|
| נשלח ב-20/7/2005 06:00 |
|
| |
ברוכים הבאים!
איך וויל באגריסן די חשוב'ע געסט וואס זענען נארוואס צוריק פון וואקאציע, ובראשם ר' יונגאטש. מיר האבן אייך באמת פארפאסט ("געמיסט" אין ענגליש... אבער איך גלייך נישט צו זאגען דאס ווארט, ווייל דאס קען אויך מיינען א "נֵפֶל", אדער מיינט דאס אויף אידיש באמיסטיגט), מיר האפען אז איר וועט אונז ווייטער מחזק זיין דא מיט אייערע טיפע רעיונות און געשמאקע געדאנקען. כה לחי!
**
בנוגע מייקעל סעבעדזש מיט מארק לעווין וכו' וכו'.
איך גלייך גראדע די מיליטערישע ניגונים, עס געט א וועק אויף דעם פאטריאטישן געפיל וואס יעדער אמעריקאנער פארמאגט איינגעבאקן אין זיך (אדער וואלט מען געברויכט פארמאגן, אדער אפשר איז דאס נישט שייך ביי אונז אידן???).
אויך דערמאנט עס מיר פון די מואוויס פון די וועלט מלחמה, וואו מען הערט די הערליכע מארש פון די מארינען,
to the shores of tripoli
איך געדענק נישט די ווערטער, אבער די ניגון איז געוואלדיג.
מארק לעווין איז זייער באקאנט מיט די סופרים קאורט און ריכטער בכלל, מסתמא וועט ער האבן אסאך שטאף אין די קומענדיגע שטיק תקופה ווען מען וועט דעבאטירן בוש'עס נייע נאמינאציע צום סופרים קאורט "דזשאן ראבערטס" (איז ער א קרוב מיט דזשוליע ראבערטס???).
מייקעל סעבעדזש איז א געשמאקער משוגענער, פון די סארט מענטשן וואס נאך א מזל זיי רעדן נאר אויף ראדיא, אזוי קען מען זיי כאטשיג אויסלעשן ווען מען ווערט נמאס פון זיי... שטעל זיך פאר אז ער איז דיין בעל הבית אדער גאר ראש הכולל...
**
א ווארט צו יענטאאש:
דו ביסט טאקע דער ראש הקהל, אבער ביטע געב אכט אויף קהל'ס קאסע... מען קען נישט אויסגעבן צופיל געלט אויף קרעימאש קעיק... קומענדיגע מאל זאל די יענטאאשטע דאס אליין באקן...
בכלל ווארטן מיר שוין אמאל צו הערן פון די יענטאאשטע (אפילו מרת הוטקע האט שוין געשריבן אויפן פורום...).
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-20/7/2005 08:31 |
|
| |
הוטקע די ניגון הייבט זיך אן
From the sands of Iwo Jima to the shores of Tripoli
וגו' וגו'
איך האב אויך זייער ליב די ניגון עס דערמאנט מיך פון סארדזשענט סטרייקער (John Wayne),
|
|
|
|
| נשלח ב-20/7/2005 15:35 |
|
| |
הוטקע האלט דיך אביסל דאס פיסק, דו ווילסט נישט איך זאל פארציילן יעדן די פאליטיק פון מיין יענטאאש'טע מיט די רעביצין הוטקע וועגן די קעיק, כ'מיין דו ווייסט גאנץ גוט אז מיין יענטאאש'טע איז דא קלאר גערעכט יא?, טא מאך א שווייג און פערטיג.
|
|
|
|
| נשלח ב-21/7/2005 06:08 |
|
| |
בן הרחמן, געדענקסט ווען גענעראל סטרייקער האט זיך צושלאגן מיט דעם סאלדאט אין די זייטיגע וועלדל, אה איז דאס געווען א פייט, א נחת צו קוקען. דזשאן וועין איז געוואלדיג.
|
|
|
|
|
| נשלח ב-21/7/2005 08:09 |
|
| |
קרעמער דו זאגסט מיר וועגן דער דוק (א צונאמען פאר דזשאן וועין) ער איז פון מיינע חברה, איך זייער ליב זיינע סטעיטמענטס נאכדערצו ווען ער רעגט זיך
תוקן על ידי - בןהרחמן - 21/07/2005 8:21:11
תוקן על ידי - בןהרחמן - 21/07/2005 8:48:14
|
|
|
|
| נשלח ב-24/7/2005 07:57 |
|
| |
דעם פארגאנגענעם פרייטאג גערעדט מיט איינע פון די פארברענטע חסידים פונעם דוק, ער האט מיר אויך געזאגט אז דזשאן וועין הייסט דער דוק ביי טייל מעריצים זיינע. דער יעניגער חסיד האט מיר אין די לעצטע צוויי דריי יאר געגעבן רוב פון דזשאן וועין'ס מואוויס, אריינגערעכנט על דאראדא, לאמיר טאקע זינגען אינאיינעם, לא לא לא לא לא לא לא לא לא לא לא, לא לא לא לא, לא לא לא לא, איך קען נישט די ענגלישע ווערטער דערפון, אבער די ניגון באמבלט מיר גוט אין קאפ. רייד באולי רייד טיל די ענד אוו די רעינבאו, רייד טיל יו ריעטש על דאראדא. גוטע וואך. און גרינגע תענית.
|
|
|
|
| נשלח ב-24/7/2005 09:59 |
|
| |
קרעמער אפשר ברענגסטו מיר אהער דעם חבר דיינער וועלאיך מיך קענען דורכשמועסן מיט איהם, ביזדערווייל לאמרי טאקע זינגען אינאיינעם
|
|
|
|
|