יא - איך האב געדארפט צו זיך קומען אביסל, איר ווייסט דאך אז די שארפע משקאות מיט מיר פארטראגן זיך נישט אמבעסטן. זיי האבן א נאטור צו גיין ביי מיר גלייך ארויף אין מח ווי דעם שאטעל וואס נאס"א האט ארויפגעשאסן פארגאנגענע וואך.
לאמיר צוקומען צום ענין, איך פארשטיי נישט די גאנצע שמחה דא, מה חרי האף הגדול הזה, וואס איז די גאנצע רעש דא, הלמאי, איז מען געגאנגען לויטן מסורת. נו, מיר פסק'ן דאך יש אם למסורת. אזוי ווי עס שטייט מסורת אבותינו בידינו.
גענוג מיט די ליצנות, עס איז פארט די שלש שבועות. וועלן מיר טאקע באגריסן דעם חשוב'ן עולם וואס קען זיך משתתף זיין בצרתן של ישראל נאר דורך מסורת. ויהי רצון ס'זאל שוין זיין הימים האלו יתהפכו אזוי ווי מיין קאפ פון די שארפע משקאות וואס גם זו האט צוגעשטעלט (איז דאס אריינגעשווערצט געווארן דורכן גרעניץ? איז דאס גע'מעשר'ט אדער גע'שמיטה'ט?). אמן.
|
|