בית פורומים היימישע קרעטשמע

האלף לך שלמה......!!!

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-1/8/2005 03:05 לינק ישיר 
האלף לך שלמה......!!!

פונקט היינט ווען מיר האבן אריין געטרעט אין מסורת האט די פורום צו געקומען צו (1000)טויזנט הודעות לכבוד דעם וועל איך ארויף לייגן דא די ערשטע הודעה כלומר די אלטסטע בשרייבונג, און אויך די טוזנטסטע.



די ערשטע - 13:57 9/6/2005 - נשלח ב
~~~~~~~~~~~~~
טייערע ליבע ברידער, אידישע קינדער, די בכל אתר ואתר.
איך קום דא צו אייך מיט מיינע לעצטע ווערטער אלס מנהל הפורום.
עס איז א פרייוויליגע באשלוס וואס איך האב באשלאסן על דעת עצמי – בהתייעצות הרבנים שליט"א, ווי עס וועט שפעטער ערקלערט ווערן – אז דאס איז עס, גענוג געווען!
ווי איר אלע ווייסט אודאי שטייט שוין דער פורום א לענגערע תקופה, עס איז אבער אינגאנצן דריי – פיר חדשים וואס עס איז זיך אזוי צו וואקסן, ממש עד להפליא! ווען א אשכול ווערט געגרינדעט, ווערט עס געליינט ביז עטליכע שעה דורך צוויי הונדערט און פופציג מענטשן!
איך וועל זיין א ליגנער אויב איך וועל זאגען אז איך האב נישט הנאה געהאט "ביג טיים" פון דעם פורום. איר אלע ווייסט אז עס איז געווען א סוקסעס, עס האט געדינט זיין ציהל, אידן האבן זיך דא אדורכגעשמועסט זאכן וואס מען האט אויפן געוויסן, מען האט זיך שואל עצה געווען, ארויס געהאלפן איינער דעם אנדערן אין פארשידענע סיטואציעס. 

דער באשלוס צו פארשפארן דעם פורום קומט מיר נישט אן לייכט, איך בין שוין (ליידער) להוט און "אדיקטעד" צו ליינען עטליכע מאל א מעת לעת אייערע געשמאקע תגובות, אנפראגן, ענטפערס, טשעפעס, חיזוק און חוזק. אויך האב איך א פארגעניגן פון שרייבן די ארטיקלן וואס דער עולם האט זיך פאסמאקעוועט דערמיט, ובעיקר קען איך זיך נישט אפרייסן פון די "תיבה אישית" בריוולעך וואס קומען אין די מאסן מיט כל ערליי אנפראגן, עצות, און וואס נישט (וואס הגם אז מיר וועלן ווייטער קענען האבן שייכות דורך "תיבה אישית", גלייב איך אבער אז עס וועט נישט זיין אזוי אנגעפולט ווי געווענליך).
אבער דער באשלוס איז געמאכט געווארן, און עס וועט אי"ה אויסגעפירט ווערן בקרוב ממש!
** 
יעצט איז אזוי, איר קענט דא צושרייבן וואס איר ווילט, איר קענט אפילו חוזק מאכן פון מיין באשלוס! (אדער גאר מיר מחזק זיין, ווער ווייסט?) אבער אין גאר א קורצע תקופה וועל איך בלי נדר פארשפארן דעם פורום (הגם איך ווייס נישט וויאזוי מען פארשפארט א פורום, נאר וויאזוי מען מעקט אויס אלע אשכולות, אדרבה, העלפט מיר ארויס) און איך וועל ווארטן צוזאמען מיט אייך ביז איינער וועט זיך מיישב זיין און אויפעפענען אן ענליכן פורום (איך גלייב שווער אז דאס וועט געשען, ווייל אפילו ווען איך האב געזוכט א מנהל משנה, האב איך שווער געקענט טרעפן, זעט אויס אז איר זענט אלע אסאך מער בעלי אחריות ווי מיר), און דאן וועל איך אפילו אהינגיין באזוכן (פארשטייט זיך: אויב יענער מנהל וועט מיר אריינלאזן...).
**
ווער עס איז אינטערסירט אנצוהאלטן שייכות מיט מיר (פארוואס? ווייס איך נישט), זאל אריינלייגן מיין 'ניק' אין זיין דף אישי (דאס קען מען טאן דורכן 'קליקן' אויף די ספר פתוח [אפענע בוך] וואס איז דא ביי יעדע תגובה), אזוי ארום וועט ער מיר קענען שיקן בריוולעך אין תיבה אישית אפילו אויב איך וועל מער נישט שרייבן אין ערגעץ (וואס איך גלייב נישט אז עס וועט פאסירן).
**
בלייבט מיר געזונט, האט אלע א געזונטען זוממער, זה בכה וזה בכה, איש על מחנהו ואיש על דגלו.
א גוט יום טוב
ענקער פריינט
הוטקע
~~~~~~~~~~~~~




די טויזנטסטע. - 1:43 1/8/2005 - נשלח
~~~~~~~~~~~~
אזוי ווי איך בין נאך געווען אביסל מידלעך פון די נעכטיגע גרויסארטיגע מלוה מלכה, וואס מיר האבן אזוי שיין פארברענגט אינאיינעם מיט זמירות און סיפורי צדיקים, ממילא האב איך נאכנישט געקענט געבן מיין חתימה ביז יעצט,

לאמיר טאקע אוועקלייגן אלע האמערס און צווענגלעך און אלע קלאפערגעצייג און אויסטוהן די שמוציגע דזשעקעט, און יעצט נעם איך ארויס מיין שיין ציכטיגן פעדער מוקדש ומיוחד לשם היימישע שטותים.

און איך וויל טאקע אויך מוסיף זיין נאך א קליינע נקודה (דו מיינסט דו מוזט אלס מוסיף זיין עפעס קענסט נישט סתם אונטערשרייבן וואס מ'בעט דיר?),

אז מען זאל נישט עפענען פאר יעדע תגובה א פרישן אשכול אויב עס איז שוין דא א פריערדיגע אשכול אויף די ענין, למשל ווערטלעך זאל מען לייגן אלעס אינאיינעם וכדומה וכדומה,

ובזה באתי על החתום

הק' בןהרחמן
וויצע פרעזידענט


הרצים יצאו דחופים והדת נתנה בכל שערי היידפארק אז קיינער זאל זיך נישט דערוואגען עובר צו זיין אויף די תקנות הקהלה
~~~~~~~~~~~~~

איך מיין ס'איז אגרויסע הצלחה, טויזנט הודעות אין ווייניגער פון צווי חדשים, דאס איז געוואלדיג.

וואס מיינט אהיר?? אויך אזוי??

יישר כח ר' גמזו פארן ברענגן צו אונזער אויפמערקזאמקייט דעם דאזיגן אשכול, מיר האבן דאס אביסל אויפגערוימט לכבוד די ערשטע יארצייט פון היימישע קרעטשמע, תשואת חן חן לך

תוקן על ידי - kraitchmer - 18/05/2006 16:56:03



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-1/8/2005 03:46 לינק ישיר 

יישר כח גמזו פארן ארויסברענגן דעם פרייליכן פאקט אז מיר האלטן שוין ביי איבער טויזענט כשר'ע הודעות!

די ערשטע הודעה וואס איר האט צוגעברענגט איז ווייט פון די ערשטע ממש. איר ווילט נישט וויסן וואס די ערשטע ממש איז געווען. און ווען איר ברענגט דאס דא ארויף יעצט, וואלט מען אייך מסתמא חוסם געווען.

איז דאך נישט מער ווי יושר אפצוגעבן א שבח והודאה פאר די אלע וואס האבן דאס ערמעגליכט, מיט זייערע זאכליכע תגובות און באשרייבונגען, ואני הקטן בזנבם.

כה לחי!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > חברה וקהילה > היימישע קרעטשמע > האלף לך שלמה......!!!
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext