בית פורומים היימישע קרעטשמע

געצווינגען געווען צו נעמען שריט!

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-2/8/2005 07:32 לינק ישיר 
געצווינגען געווען צו נעמען שריט!

אור ליום ג' שנכפל בו כי טוב לסדר אלה מסעי תשס"ה לפ"ק

לכבוד אנשי שלומינו דקהל היימישע שטותים יצ"ו

מיט גרויס באדויער טוען מיר מעלדן אז מיר האבן געדארפט אויפהייבן דעם שייגעץ און ארויסווארפן פון מקוה.

איינער - אויב עס וועט אויספעלן וועלן מיר שרייבן זיין ניק - האט זיך דערוואגט ארויפצולייגן דא א נאמען פון א לעבעדיגן מענטש, וואס דאס איז פון די דריי הארבסטע עבירות אויף היידפארק און ביי אונז אין די קהילה!

פון דא זאל ארויסגיין א רוף צו אלע טייערע ליינער און שרייבער: שרייבט נישט גארנישט וואס איז אקעגן די תקנות (נארמאלע מענטשן ווייסן אליין וואו איין און וואו אויס) שלא תמות כדרך שמת פלוני!

און א ווארט צום נחסם: איך ווייס אז דו גייסט יעצט פרובירן אריינצוקומען צו אונזער קהילה מיט פארשידענע נייע נעמען כדרכך מאז ומקדם. על כן: אויב וועסטו שרייבן ווי א נארמאלער מענטש, הרי טוב. ואם לאו, איך האב אסאך צייט ב"ה אויף די האנט (און איך האב ב"ה צוויי מנהלי משנה, ועוד ידינו נטויה) איך וועל דיר חוסם זיין נאך שנעלער ווי דו עפענסט דיר אויף א ניק!

א גוטע נאכט

הוטקע



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/8/2005 17:04 לינק ישיר 

יישר כח רבי הוטקע, ממנו ילמדו, צו אזעלכע ווי אייך וועט משיח קומען. מצער זיין א אידיש קינד איז א עון חמור.
חזק חזק ונתחזק



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > חברה וקהילה > היימישע קרעטשמע > געצווינגען געווען צו נעמען שריט!
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext