בית פורומים היימישע קרעטשמע

האטקע איננו...!!! ואני אנה אני בא...!!!

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-8/8/2005 00:03 לינק ישיר 
האטקע איננו...!!! ואני אנה אני בא...!!!

איך קוק זיך ארום א אין און א ער, איך טראכט באמיר יא? ניין! ניין? יא! עס קען דאך נישט זיין...!!! איך גיי צו אביסל נענטער און עס ווערט מיר שווארץ פאר די אויגן.... יא יא איך מאך נישט קיין טעות דאס איז א פרעמדער... ווי קען דאס זיין אזא זאך...???...

ער קוקט מיר אזוי אן מיט א כיטרישע שמיילך ווייזנדיג מיט זיין האנט אז ער רופט מיר...ווי איך קום צו צוהעם זאגט ער מיר: אויב סי געפעלט אייך נישט קוקט נישט, אבער פון היינט אן בין איך דער ראביי דא.

מיין הארץ קען דאס נישט גלויבן. אין איין גרינער פרימארגן זאל דער רבי אלעס אפלאזן און איבער געבן דעם ביינקל פאר אן אנדערן.

גיוואלד...געשריגן...הייתכן...'רבנו סר מן הדרך'...!!!

ויקם מלך חדש... אשר לא ידע את יוסף...
ואני אנה אני בא. האטקע האטקע למה עזבתני...? איך ווייס...יא איך ווייס אז מ'טארנישט האבן קיין קשיות מ'דארף נאר מצדיק זיין דעם דין...אבער דאך איין שאלה וועל איך יא פרעגן...פארוואס? למה? פארוואס האסטו מיר דא איבער געלאסט אליין אויפ'ן וואסער? פארוואס?


נאר פון דיר האב איך באקומען א גוט ווארט...

hutkh 19:15 24/6/2005 - נשלח ב
--------------------------------------------------------------
גם-זו:

דו ביסט זיס ווי אן אמעריקאנע ירושלימ'ער קוגעל! (די ארגינעלע ירושלמי קוגל זענען צו פעפעריק פאר מיר).
_______________________________________________________


דו ביסט געווען דער איינציגער וואס פלעקט מיר אלע מאל געבן רעכט..


hutkh 12:58 27/6/2005 - נשלח ב
----------------------------------------------------------------
איר ווייסט וואס?

ביי אונזערע געגענטער האט מען זיך קנאפ אפגעגעבן מיט דקדוק, און דערפאר קוקט מען אזוי אויס.

הזהרה, התראה, אזהרה, איך ווייס נישט... אבער "גם זו" איז א יזראעלי, ממילא פארלאזט אייך אויף אים אז ער ווייסט וויאזוי מען זאגט דאס (עכ"פ אין עברית).

יענטאאש, איך האף האסט געקענט שלאפן...
_______________________________________________________


האטקע געדיינקסט אז דו פלעגסט אכטינג געבן אף מיר איך זאל גיין נאר אין גוטע וועגן...

hutkh 6:37 21/6/2005 - נשלח ב
-------------------------------------------------------------
און נאך א ווארט צו דיר ר' נחומ'ל: דו דרייסט זיך אויך ביי פלעצער שאין רוח חכמים נוחה מהם, "עצור כאן חושבים", אוואו מען פרעגט קשיות אויף כל הקדוש לנו... וויסן זאלסטו אז "שאני מינות דמשכי" און "הפורש ממינות מיית" משא"כ מעריות וכו'..

_________________________________________________________


און ווער אויב נישט דו האט אכטיג געגעבן אז מען זאל מיר נישט טשעפען...

hutkh 6:49 29/7/2005 - נשלח ב
--------------------------------------------------------------------------------
גמזו; מאך זיך נישט צוטאן פון יעדן נארישן שרייבערל דא אויפן פורום! שרייב דאס וואס דו ווילסט און וויאזוי דו ווילסט! מיר לעקן זיך אפ די פינגער פון דיינע געשמאקע תגובות און בילדער!

כה לחי!

__________________________________________________________


און אזוי אויך ביסטו געווען דער איינציגער אין נאך אסאך אסאך ענינים ואי אפשר לפורטם...

און יעצט ? ? ? .....

מי יתן ויתן לנו תמורתו......



ועליה השלם כל הקרבנות כולם ...



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/8/2005 04:24 לינק ישיר 

איך פיהל דיין צער איין זאך קען איך זאגן גם זו לטובה
איך וואלט געזאגט וואס קען מען טאן אבער הוטקע האט מיך אויסגעלערנט אז מען טאר נישט רעדן אזוי



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/8/2005 07:13 לינק ישיר 

גם-זו; לאמיר פרובירן זיין א הולך בדרכי אבות:

פיין געשריבן! גוט געשריבן! כמוך ירבו בהיימישע שטותים!

(יישר כח פארן אויפברענגן די בריוולעך פונעם רבי'ן זצ"ל, אזוי ווייסן מיר כאטש וואס יא און וואס נישט צו טאן, כידוע אז דער רבי איז געווען א לעבעדיגע מוסר-ספר [מען האט זיך געקענט אפלערנען פון אים וואס נישט צוטאן... כידוע אז דער רבי האט אמאל געשריבן אז א משגיח דרייט זיך אין ישיבה צו ווייזן פאר די בחורים א דוגמא וויאזוי מען קען חלילה אויסוואקסן אויב מען לערנט נישט]).



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-9/8/2005 00:11 לינק ישיר 

קום אהער גם זו'של טייערער, לאמיך אפווישן דו זודיגע טרערן וועלכע רינען מיט אזא ווייטאג פון דיינע פארוויינטע אויגן אויף דיינע ירושלימ'ע באקן און שלענגלען זיך אראפ אויפן קאפטן, קום שעפעלע איך וועל מיך פרובירן זיך אויפצופירן צו דיר כמעט אזויווי א טאטע צו א זון און ווי הוטקע צו א גם_זו, קום טייער קינד וואס ווילסטו? ווילסט א ציקערל? אן אגוז? א ירושלימע קוגל? זאג מיין קינד, איך וועל פרובירן דיר צו געבן אלעס....



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-11/1/2006 23:44 לינק ישיר 

יענטש,

עס איז שוין דורך געלאפן פינעף גאנצע מאנאט'ן און גארנישט,

נישט א ציקער'ל,

אויך נישט אן אגוז,

און ווער רעדט וועגן א ירושלימ'ער קוגל,

גארנישט גארנישט און נאכמאל גארנישט,



זאג נאר, ס'יז דא אויף וואס צו ווארטן?

אדער אפשר האסטו שוין צוריק געצויגן.




תוקן על ידי - גם_זו - 11/01/2006 23:59:22



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-13/1/2006 15:47 לינק ישיר 

אלץ מנהל זעהנדיג דעם אשכול בין איך געווארן אביסל דערשראקן, ווער איז פארלוירן געווארן? גיב איך א קוק און דאס איז שוין אן אלטע מאנסע נאך פון די צייטן פון בעל שם, ווען איך בין נאך נישט געבוירן געווארן, אבער דאך ווער איז דאס דער הוטקע איבער וועמען מען רעדט דא? וואס איז געווען זיין פונקטליכע שטעלע דא? לויט ווי מיר שיינט איז ער פון די הנהלה געווען, איז אפשר קען מיר איינער פארציילן די היסטורי', ווער איז אלץ געווען דא מנהל? ווי לאנג האט זיך א מנהל געהאלטן? א.א.וו.

וועט איר אוודאי פרעגן, פארוואס איך קען נישט קוקן אין די ביכער? על איך ענק פארציילן א סוד, די ביכער איז שוין לאנג נעלם געווארן, די היסטורי' פון יענע צייט איז וואו אין וואסער אריין, איך על עבאדעי נישט האבן צופיל צייט פאר די גאנצע היסטורי, אבער די אויבנדערמאנטע שאלעס עט ווען שיין געווען אז איינער זאל וואלענטירן און מיר פארציילן.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > חברה וקהילה > היימישע קרעטשמע > האטקע איננו...!!! ואני אנה אני בא...!!!
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext