|
|
| נשלח ב-18/8/2005 13:03 |
|
| |
פרק ג'
עס איז דא אזא סארט געפיהל ביי די וואס פארן ארויס אין די קאנטרי אז אלע גוים וואס וואוינען אין די דריי מייל ארום זייער וואוינונג ציילן שוין די טעג ביז ווען די אידעלעך ריקן זיך ארויס פון זייערע דירות, דאן ריקן זיך די שחורים אריין און מאכן פליטה מיט דאס גאנצע האב און גוטס וואס משפחה זעלפריינד האט איבערגעלאזט.
דער טאג איז דאנערשטאג פרשת... וואס פרשת? נישטא קיין פרשה די וואך, די וואך איז "די וואך וואס מען פארט ארויס אין קאנטרי", ווער ברויך נאך וויסן וועלכע סדרה עס גייט די וואך? קינדער אין חדר ברויכן דאך נישט קענען אפילו די חומש די וואך, ווייל עס איז נאר דא א "האלבע" וואך און דער טאטע גייט ניטאמאל האבן צייט זיי אנצוקוקן, ווער רעדט שוין פון זיך אראפזעצן מיטן קינד איבער א חומש'ל.
איך האלט זיך אינמיטן איבערדרייען אין מיין קייזערליכע בעט פון איין זייט צום צווייטן, און פלוצלינג טררררר...... דער טעלעפאן צעקלינגט זיך אויף די העכסטע טענער. איך לויף צי און הייב אויף מיט איין אימפעט, קלערנדיג ביי מיר: אין אזא פריע שעה מוז דאס זיין א בשורה טובה, ווער ווייסט אפשר איז שלום'קע מיין ידיד נאמן געהאלפן געווארן מיט נאך א קינד און האט פארגעסן אז דער זייגער צייגט זיבן און מיר וועקט מען נישט אויף אין אזא פריע שטונדע, ווייל דערביי קענען אומשולדיגע נפשות, א פרוי מיט אירע זיבן קינדער, ליידן אומדערטרעגליך די גאנצע מעת לעת.
אבער ניין, דאסמאל איז עס נישט געווען שלום'קע, עס איז דער שכן פון קייגנאיבער, "גמליאל" – זאגט ער מיר מיט זיין אויסגערוהטע שטימע, האלטנדיג שוין נאך צוויי קאווע'ס און א פיינע ווארימע מקוה – "איך ברענג דיר יעצט אריבער די זילבערווארג אזוי ווי פאראיאהר".
אין מיין חלום הייב איך אן זעהן דמיונות... מען ברענגט מיר אריבער זילבערווארג? איז מעגליך אז די פינפטע חלום – וואו איך האב זיך דערזען שטיין אויף די אנדערע זייט פון דעם גלאזערנעם פענצטער אין טשעיס מאנהעטן בענק – איז יא א ווירקליכקייט?
"גמליאל" – האקט ער מיר איבער פון מיינע פאנטאזיעס – "איך שטיי דא אונטן פאר דיין הויז, קלונג מיר צוריק".
איך ציה מיר ארויף די אויבער בגדים (ברויך ער זען וועלכע קאליר פידזשאמע איך טראג?) און איך עפן אויף דעם טיהר צי א שפאלט אזוי אז נאר מיינע לעפצן האבן זיך ארויסגעשטעקט, איך שטאמל ארויס: לייג עס אראפ... איך וועל עס שוין ארייננעמען שפעטער.
"ביסטו אויפן קאפ געפאלן" – פרעגט מיר מיין שכן טוב – "דער גוי וועט דאך דאס נעמען". גיי זיי אים מסביר אז דער גוי ברויך נישט דעם אתרוג פושקע וואס האט אויפגעקריצט דערויף "שמעון זיגלער"... אויך נישט דעם האלב צעבויגענעם פינפער לייכטער וואס איך אליין האב דערויף קיין גרויס נסיון אין "לא תחמוד" נישט געהאט אפילו ווען זי איז נאך געווען אין די יונגע יארן.
א ברירה האב איך? איך פראל אויף דעם טיר, און פון די ווינקל פון מיין אויג באמערק איך ווי שמעון'ס אויגן פאלן גלייך אראפ צו דער ערד... אוי וויי נאר מיינע פיס נעגל זאל ער נישט באטראכטן... נאך דאס פעלט מיר אויס.
פארזעצונג קומט אי"ה נאך שבת נחמו
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-24/8/2005 12:54 |
|
| |
פרק ד'
וואס עפעס דערמאן איך זיך יעצט פארצוזעצן מיין טאגבוך פון די שטאט? ווייל היינט איז שוין דאס צווייטע טאג אין א ציה וואס איך נעם נישט די פאסט פון מיינע צוויי פעטער'ס און צוויי מומע'ס (גראדע זענען זיי צוויי קאפעל'ס, נאר להגדיל ה'טראסק האב איך דאס אזוי צעברייטערט) און פון נאך אפאר אידעלעך וואס האבן מיר געוואלט מזכה זיין מיט שכר טירחא, און מיט אזא האלבע שמייכל – אראפבליקענדיג צו מיין סייז 50 בעקישע – געזאגט: ס'העט דיר נישט שאדן צום געזונט... העכסטנס וועסטו אפפאלן עטליכע פונטן...
יא יא, פונטען ארויף פונטען אראפ (בכלל איז דער פונט לעצטנס שטארקער פונעם דאלער), אבער ווער וועט מיר ווישן די שווייס וואס קלייבט זיך אן יעדן טאג ביים ארויפקלעטערן די אלע שטיגן און דרייען די אלע פאסט קעסטל שליסלעך און ארומלויפן אין די האלבע שטאט ווייל – למען ה'לאקשן – מען טאר נישט לאזן די פאסט איבערנאכט אין פאסט קעסטל ווייל... דער גנב וועט זעהן אז מען איז נישט אינדערהיים!
האט איר אודאי געמיינט אז מיטן נעמען די פאסט קום איך שוין אפ פאר אלע מיינע עבירות, ניין... איך בין נאך העט ווייט פון פארטיג... יעצט פאנגט זיך הערשט אן די קאפ דרייעניש. "איך" מוז פארשאפן א וועג ארויס פאר די פאסט! יא, איך בין דער מתחיל במצוה, דארף איך דאס גומר זיין בשלימות (דערמאנט מיר א ווארט וואס איך האב אליינס געטייטשט אין די געזונטע יארן: המתחיל במצוה – ווען איינער פאנגט אן טוהן א מצוה – אומרים לו: גמור! הער שוין אויף מיט דיינע מעשיות! יא, ליידער בעוקבתא דמשיחא איז דאס זייער א פאסיג ווארט), און אויסערדעם וואס די גאנצע אנגעזאמעלטע פאסט פון א גאנצע וואך ליגט ביי מיר אויפן דיינונג רום טיש (הגם, איך האב בדרך אגב הנאה פון די באלייכטונגען און עונג שבת זייערע וואס איך ליין אדורך שבת ביים טיש, זאגט זיי נישט אויס אז איך קוק אדורך זייערע פאסט...) ברויך איך נאך טראגן די דאגה אויפן קאפ "וויאזוי קומט די קאץ איבערן וואסער"?
איינמאל האב איך שוין ענדליך פארשאפט א וועג פאר די פאסט בריוועלעך, רופט מיר יענער אפ פרייטאג ביי חצות מיט איין בהלה אז זיין "היטש" מיט וועמען ער פארט האט שוין נישט קיין צייט צו ווארטן (וואס ווארטן? האסט מיר דען אפילו איינמאל מודיע געווען אז דו האלטסט שוין ביים פארן) און אויב איך קען "יעצט" זיין ביי "בעדפארד קארנער קליימער" הרי טוב, אויב נישט, וועלן די פאסט מוזען געפונען א צווייטע וועג.
הייב איך זיך אויף מיט איין בהלה, ציה ארויף דאס רעקל, שליידער ארויף די זעקל פאסט אויף די פלייצע (יענע וואך איז גראדע אנגעקומען א נייע טעלעפאן בוך פאר איטליכן... האב איך שוין איינמאל געהאט עקסערסייז) און איך לויף מיט די נשמה אין איין האנט און די סעליולער טעלעפאן אין די אנדערע...
אנקומענדיג צו מיין קארנער (ביים אונטערשטן עק פון ניי וויליאמסבורג) קלינגט מיר אריין דער גרויסער "בעל טובה" (וועלכער איז "מסכים" מיטצונעמען דאס זעקל פאסט אין די קאנטרי אריין) אז ער זעהט מיר נאכנישט... אודאי – זאג איך אים – איר זענט נישט קיין בעל רוח הקודש... דער חוזה פון לובלין האט געקענט זעהן פונדערווייטענס, אבער איר זענט דאך א פשוט'ער איד (אויב אפילו דאס).
ביים צווייטן קארנער קלונגט ער מיר שוין ווייטער אריין אינעם סעלפאון, פארסאפעטערהייט הייב איך אויף און איך שריי אריין אנע אטעם: ווארט מיר! איך קום שוין! ווי צו די וואנט גערעדט... ער זאגט מיר אז דער בעל ה"היטש" האט שוין אריינגעלייגט דעם שליסל אינעם לעכל, און איך הער אויפן טרייבל ווי דער מאטאר צינדט זיך אן... מיינע קושקעס האבן זיך מיר אנגעהויבן דרייען: אם כן למה זה אנכי? פארוואס האב איך אפילו אנגעהויבן לויפן מיט דעם נארישן פעקל פאסט כדי אנצוקומען צו א ליידיגע פארקינג ספעיס אויף בעדפארד קארנער קליימער?
ברוב חסדי השי"ת האט זיך דער קאר נישט גע'סטארט'עד אזוי שנעל, און ווען איך בין אנגעקומען צום באשטימטן ווינקל האב איך נאך געקענט זעהן די בעק לייטס פון די קאר וואס איז נארוואס אפגעפארן... (ניין, זיי האבן נישט אויפגע'בעק'ט פאר מיר... איך האב געמוזט צולויפן נאך א האלב געסל... וואס טוט מען נישט פאר א צווייטן איד?...).
פארזעצונג?
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-24/8/2005 17:08 |
|
| |
בן הרחמן; איך וואלט דיר וועין געפרעגט וואס א פאסט מייסטער האט איינגעקלאפט מיט א סעלפאון (ווי די מענטשעלע וואס דו האסט דא ארויפגעלייגט), ווען נישט מיין לעצטיגע פאסט לעידי (וויאזוי רופט מען זיי?) הערט נישט אויף פלאפלען אויפן טעלעפאן פון ווען זי קומט אן ביים אנהייב בלאק ביז אויס. איך ברויך שוין היינט נישט שטיין ביי די פענסטער און קוקען ווען די פאסט קומט אן, איך קען האבן אויערן שטאפער און זיי אונטער די דאכענע און וויסן א די פאסט מייסטער איז אין די דריי מייל פון מיין הויז...
|
|
|
|
| נשלח ב-24/8/2005 17:27 |
|
| |
איך האב געלייגט דעם סעלפאן לויט דיין מעשה אז דו ביזט געלאפן מיטן סעלפאן ביז בעדפארד קארנער קליימער האב איך מיך מצייר דעם בילד
|
|
|
|
|
| נשלח ב-31/8/2005 22:41 |
|
| |
פרק ה'
[היות דער עולם רעכט זיך שוין אהיימצוקומען פון די קאנטרי, וועל איך נישט מאריך זיין מער מיט דעם שטאטישן טאגבוך. איך וועל נאר מאכן איין גרויסן טשאלענט-קוגעל פון אלע אנעקדאטן און נאטיצן וואס איך האב זיך פארגעשריבן מיט וואכן צוריק, וואס אין פרידנס-צייטן וואלט איך פון יעדע שורה אדער אפילו ווארט דערפון צוזאמגעשטעלט א גאנצן קאפיטל אינעם טאגבוך, אבער היות עס איז שוין שפעטליך, די מאסן הייבן זיך שוין אן אריינצוריקן אין שטעטל, וועל איך מקצר זיין ביז גאר].
1. צעטעלעך פון די שטיגן (פאר די וואס פארשטייען נישט: ביי אונז אין וויליאמסבורג איז דא א אנשיקעניש אז ספאנישע און שחורים, מענער און פרויען, גייען ארום יעדן צופרי מיט אזעלכע איינקויף-וועגעלעך אנגעפילט מיט זעקלעך אנגעפאקט מיט "סעיל" פאפירלעך פון פארשידענע קאמפאני'ס, זיי שליידערן דאס ארויף אויף אלע שטיגן און זיי וואלגערן זיך אזוי ארום ביז איינער איז זיך מרחם און ווארפט זיי אריין דארט וואו זיי באלאנגן ארגינעל; אין מיסטקאסטן. יעצט ווען מענטשן זענען אין קאנטרי און זייערע שטיגן ווערן אנגעפיקעוועט מיט די סארט צעטעלעך קען חלילה דער "גנב" געוואויר ווערן אז דער בעל הבית איז נישט אינדערהיים... בין איך געדינגען [פאר אומזינסט] ארומצוגיין אין די פיר עקן פון שטאט און צוזאמנעמען די אלע צעטעלעך, כ'האב שוין געקלערט צו בארגן אזא וועגעלע פון די גוים... עס וואלט מיר פארגרינגערט די ארבעט).
2. שליסלעך (זוממער קומט מיר צי א עקסטערע בינטל שליסלעך, וואס איז נישט פערצופאל דאפעלט אין סייז ווי די געווענליכע בינטל וואס איך טראג מיט זיך א גאנץ יאר רינדעכיג [אל"ל יעי"ר ראונ"ד], פארוואס? ווייל אויב... אפשר... טאמער... קען זיין... דער מענטש וועט זיך דערמאנען אינמיטן זוממער אז ער ברויך עפעס "זייער" וויכטיג פון זיין דירה, זאל איך זיין דער ריכטיגער שליח דאס צו גיין נעמען [הוי איז דא אויף דעם צו דערציילן מעשיות איבער מעשיות... אבער - ווי אויבנדערמאנט – וועלן מיר יעצט נישט אויסציען מיט גאנצע געשיכטעס]. איך קען שוין קוים ווארטן צו מאכן דעם "ברוך שפטרנו" ווען די בעלי בתים פון די שליסלעך גייען דאס ביי מיר קומען אפנעמען [הלואי... זיי פארלאנגען אז איך זאל דאס זיי אפטראגן ביז אין שטוב!], איך וועל דאך קענען אויסגראדן מיין אזוי אויך נישט גראדן רוקן וואס ברעכט אונטער די שווערע לאסט פון די איבריגע בינטל שליסלען יעדן זוממער).
3. דא און דארט רופט מען מיר אן מיט פארשידענע מאדנע בקשות, וואס איך האב קיין אנדערע אויסוועג און מוז מקיים זיין וואס מען באפעלט (באפאלט) מיר! אלס ביישפיל: "עס איז מיר אנגעקומען א טשעק פון סעקשן אכט, גיי לייג מיר דאס אריין אין באנק..." (עס וואלט נישט געווען אזא פראבלעם ווען יענער האט דעם אקאונט אין א באנק וואס איז נישט אין הארלעם אדער אין בעדפארד סטייוועסענט). אדער: "גיי אין פאסט אפיס און נעם אפ דאס פעקל וואס זיי שרייבן אויפן קליינעם צעטל אז מען מוז דאס פערזענליך איבערנעמען" (איך וואלט נישט אזוי בייז געווען ווען דאס וואלט געווען מער ווי א פראסטער פאשקעוויל קונטרס... נאך א עוולה פון די וואס פארשפרייטן פאשקעווילן). אנומעלט רופט מיר אן א עלטער פעטער מיט איין בהלה: "לייג מיר אויס זיבן טויזענט דאלער וואס איך בין שולדיג פאר פלוני"!!! (נאך איין מזל [?] איך האב נישט אזויפיל געלט... איך וואלט אים נאך געדארפט פאלגן).
4. איך בין זיך מתוודה אז איך האב נישט אויסגעפירט אלע שליחות'ן ווי עס דארף צו זיין... נעכטן האב איך באמערקט צווישן אלע פאפירן ביי מיר אין שטוב (אפשר יעצט אז איך שרייב ווייניגער אויף היימישע שטותים וועלן די הויפענעס קלענער ווערן) א פעקל "וויק" וואס וואלט געברויכט אריינגעגעבן ווערן צו איינע פון די לאקאלע גראסערי געשעפטן מיט א גאנצע חודש און א האלב צוריק!!!... (איך לאך, אבער יענער האט שאדן געהאט א שיינע אפותיקי מיט געלט... איך וועל שוין גארנישט לאכן ווען עס וועט מיר אנקומען די ערשטע הזמנה צו דין תורה).
5. די ליידיגקייט פון די גאסן אום זונטאג, ווען אפילו די וויכטיגסטע געשעפטן זענען נישט אפן פאר קיין רפואה, און די אומעטיגקייט פון די שבתים נאכמיטאג ווען אויפן גאס דרייען זיך נאר די טויבן און צומאל אפילו זיי אויך נישט, דאס אלעס ברויך א לענגערע באשרייבונג, און וועט מוזען נאכקומען אין אן אנדערע געלעגענהייט.
6. אזוי אויך דאס ארויספארן צומאל אויף א שבת אדער צוויי פארלאנגט א באזונדערע באשרייבונג, אפשר קומענדיגע יאר – משיח זאל אודאי פריער קומען, לשנה הבאה בירושלים הבנויה. אמן!
ענדע
 |
|
|
|
|
|