| נשלח ב-18/8/2005 03:31 |
|
| |
קהל'ס בולעטין
נעכטן נאכמיטאג איז פארגעקומען א דרינגענדע מיטינג אין קהל'ס אפיס מיט די באטייליגונג פונעם מנהל הרב קרעמער און אני הקטן בןהרחמן און דער ראש הקהל יענטאאש איז געווען אויפן הוק-אפ פון אויסער די שטאט ווי ער האט זיך אריבער געכאפט ערלעדיגן אפאר וויכטיגע קהל'ישע ענינים, און מען האט באשלאסן אז מען גייט אריינבויען א נייעם מודעות קעסטעל נעבן די סינק וואס דארט וועט מען מיט-טיילן פארן גאנצען עוילעם די פארברייטערונגען און אנטוויקלונגען פון די קהילה, ויקרא שם האשכול
קהל'ס בולעטין
און אין דעם בולעטין באורד וועט מען פון היינט ווייטער כסדר ארויפ-טאגן (אפדעיטן) דעם עולם, און דאס וועט זיין דער קול מבשר פון אונזער היימישע קהילה, ווי אויך וועט מען געבן א געלעגענהייט פארן עולם צו זאגן זייער מיינונג אויף אלע קהל'ישע שאלות,
און כדי אז קהל'ס בולעטין באורד זאל בלייבן שיין זויבער און עס זאל נישט ווערן באקלעבט מיט אלערליי סקאטשטעיפ און אנדערע קלעבאכטץ וואס ווען איינער וויל עפעס ארויפלייגן אויפן וואנט גיט ער א רייס אראפ א האלבע שטיקל טעיפ פון די מלוה מלכה צעטלעך און גיט אזא שמיר ארויף זיין צעטל האלב קלעבענדיג האלב הענגענדיג צווישן הימל און ערד, ממילא האט מען באשלאסן (האב איך באשלאסן) אז מען וועט צוגרייטן א עקסטערע מודעות באקס וואס וועט זיין אפען לכל הקהל הקודש צו אפגעבן זייערע מיינונגען און הערות אויף די אלע זאכן וואס וועלן ווערן ארויפגעברענגט אין די קהל'ישע בולעטינען,
איך וועל באלד צוריק-קומען און ארויפלייגן אויפן וואנט די ערשטע בולעטין וואס ליגט שוין אנגעגרייט אין קהל'ס אפיס נאך פון נעכטן דינסטאג, און וועל נאר קודם גיין אריינסקרולען די קהלישע מודעות באקס נעבן די קהלישע כדי דער עולם זאל שוין האבן גרייט וואו אריינצושרייבן זייערע הערות.
האלד אן איי וויל בי בעק סאאאאן
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-18/8/2005 12:59 |
|
| |
יישר כח - בן הרחמן - פארן אוועקגעבן פון דיין טייערע (?) צייט פאר קהל'ס וועגן, א דאנק דעם וועל איך דיר אויך לאזן נוצן דעם קאמפיוטער יעדע נאכט פון ווען איך גיי שלאפן ביז ווען איך שטיי אויף... דיינע געווענליכע ארבעט שטונדען.
|
|
|
|
|
| נשלח ב-22/8/2005 21:11 |
|
| |
אזויווי יעדער זעט אז קרעמער פילט נישט אזוי גיט האכ איך געוואלט בעטן דעם גאגצען עולם צו זאגן פינף קאפיטלעך תהילים מער ווי יעדען טאג לרפואת קרעמער בן ??? (דער אייבישטער ווייסט שוין זיין מאמעס נאמען)
|
|
|
|
| נשלח ב-22/8/2005 21:16 |
|
| |
אויב מען ווייסט נישט איינעם'ס מאמע'ס נאמען, זאגט מען חוה, כי היא היתה אם כל חי (דאס איז אייגנס).
אויב מען ווייסט נישט א טאטע'ס נאמען, זאגט מען משה. כך קבלתי מרבותי.
אבער וואס טוט אויב מען ווייסט נישט דעם מענטש'ס נאמען?
דאן זאגט מען "קל נא רפא נא לה".
|
|
|
|
| נשלח ב-22/8/2005 21:18 |
|
| |
אויב עס איז א מאן זאגט מען אויך לה אדער לו?
|
|
|
|
| נשלח ב-22/8/2005 21:20 |
|
| |
תיקו
|
|
|
|
| נשלח ב-25/8/2005 22:39 |
|
| |
בולעטין
אזוי ווי לעצטנס זענען נתרבה געווארן די ספסלי בית המדרש, חדשים לבקרים, יעדן טאג באמערקט מען פרישע פנימ'ער אין שוהל'כל. ווילן מיר מקבל פנים זיין די אלע חשוב'ע געסט מיט א ווארימע ברכת:
ברוכים הבאים בשם השם
עס איז אונז קיין חילוק פון וואנעט אייער אפשטאם, אין וועלכן פורום (פארשטייט זיך: שרוח חכמים נוחה מהם) איר פלעגט שרייבן ביז היינט, אדער איר פלאנט ווייטער צו שרייבן, עס איז אויך קיין נפקא מינה וויפיל נאך ניק'ס איר פארמאגט (דער עיקר: איר זאלט זיי אליין געדענקן און קענען האלטן חשבון...).
דער עיקר:
מאכט אייך היימיש דא, שפירט אייך אין פלאץ. מאכט אייך באקוועם, און א קאווע.
טיילט מיט מיט אונז מהני מילי מעלייתא וואס השי"ת האט אייך באשאנקן אין מח קעמערל! שארפט דא אויס אייערע טאלאנטן, קויפט איין ידיעות, טיילט מיט אונז אייערע ידיעות, הן במילי דשמיא והן במילי דעלמא!
קרעמער
ארענדער
|
|
|
|
|