| נשלח ב-18/8/2005 06:28 |
|
| |
איך ציטער
איך ציטער...
עה... עה... עה... ס'קומט כאמישאסער בעאוו, צדיקים זאגן דאך אז אפי' די פיש אין וואסער הויבן שוין אן צו ציטערן פאר די פחד פון די הייליגע טעג, וואס ס'ממשמשין ובאין. איז דען דאס אליין נישט גענוג? אלע גלידער וואלטן מיר דאך געדארפט ציטערן פאר דעם גרויסן שרעק, אוי אלול! אוי די הייליגע טעג!. שוין, "במקום שאין איש ציטערן די פיש" אז ס'איז נישט דא די אויפריכטיגע נארמאלער איש, מיר מענטשן זענען נעבעך נישט קיין ריכטיגע מענטשן, מיר האבן ליידער נישט די אמת'דיגע מענטשליכע הרגשה וואס פאדערט זיך, מיר זענען פארטעמט, מיר שפירן נישט דעם גרויסן פחד וואס נעמט ארום די גאנצע בריאה, שפירן דאס כאטש די פיש אין וואסער.
אבער פארט איך ציטער, איך ציטער יא, די הארץ באכעט מיר אויף צוואנציג טויזענט. וואס איז? קהל האט מיך אויסגעוועלט צו זיין דער 'קהל'ס נער', איך זאל מיך אויפשטעלן אין דער הייך לכבוד דעם גרויסן יאנטעוו (יום טוב) און זאגן א דרשה און איך האב 'אימתא דציבורא', די הארץ קלאפט מיר פאר פחד, אי.. אי... איך האב נאך קיינמאל נישט גערעדט, ווא... ווא... וואס טוט מען דא? וואס רעדן? ווען רעדן? פון וועלכע נושא רעדן?
איך הויב אן זיך נאכצופרעגן און אינטרעסירן איבער די פראבלעמען פון די קהלה, אזוי ווי די אלטע מגידים פלעגן טון אמאליגע צייטן. זיי פלעגן קומען אין א שטאט זאגן עפעס מגידות, פלעגן זיי זיך קודם נאכפרעגן פון די ארומיגע מויל מאכער'ס און לשענהארע טרעגערס איבער די פראבלעמען פון די און די שטאט און איבער די נושא האבן זיי גערעדט. אבער אין קול ואין עונה, קיינער ווייסט נישט, קיינער האט נישט געזען אדער עפעס געהערט פון די קהלה. נא וואס טוט מען? דער שרעקעדיגער טאג ריקט זיך אונטער און איך האב נישט קיין סחורה.
טייל אמאליגע מגידים, פלעגן זיך נישט נאכפרעגן פון די אלסווייסערס די פראבלעמען פון די יעניגע שטאט, נאר זענען אליין אראפגעפארן צו דער שטאט ווי מ'האט זיי מכבד געווען און דארט אויסגעפרעגט דעם עולם די פראבלעמען פון וואס מ'דארף רעדן, און פון דעם האבן זיי גערעדט.
נא ראבויסיי... וואס טוט מען?
תוקן על ידי - זארעכפעפער - 18/08/2005 6:41:25
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-18/8/2005 13:07 |
|
| |
==איך רוים אריין זרח'לען אין אויער==
פספספספס... די יו"ט פון חמשה עשר באב איז געגעבן געווארן אויף מוסיף צו זיין בלימוד התורה, היות ביסט נישט קיין קטלא קניא באגמא, האסט דאך שוין געוויזן דיין חילך לאורייתא ביי אונז אין דערפל, רעד אביסל בנוגע די ענין פון לערנען תורה. דער עולם זאל צולייגן אביסל צייט צום שיעור קבוע, ווייסט וואס כ'מיין, א שיעור פארטאג'ס, וכדומה. שבת יו"ט, ערב שבת, מאך עפעס...
|
|
|
|
| נשלח ב-18/8/2005 16:38 |
|
| |
זרח, עפען אויף די משניות מסכת תענית, ערגעץ אין סוף פון פערטען פרק איך געדענק נישט פונקטליך.
לערן פאר די וועטער "לא היה ימים טובים לישראל כחמשה עשר באב.. בנות ירושלים יוצאות... טייטש איבער די ווערטער אין אידיש כדי די ווייבער אין עזרת נשים זאלען דאס נישט נעמען פאר לייכט.
און ציטער וויניגער.
|
|
|
|
| נשלח ב-18/8/2005 18:14 |
|
| |
איינער כאפט שוין יא א התעוררות תשובה, מוזטו קומען אים אפקילען?
וועגן די משנה אין תענית... אונזערע רבי'ס האבן געזאגט אז אסאך זאכען מימי חז"ל גייען שוין נישט אן היינטיגע צייטן, די רפואות וכדומה. זעהט אויס אז דאס איז אויך פארלוירן געגאנגען במשך די דורות.
|
|
|
|
| נשלח ב-18/8/2005 18:21 |
|
| |
איך ציטער אויך!
וואס גייט שוין דער זערעכפעפערקארן רעדן פאר א שווארץ יאר...???!!!
האט ער שוין אמאל אין לעבן אפילו גערעדט...!!!!?????
זייט ווען דארף יעדער שנאק זיך נעמען רעדן דא בייא ונז אין שולכעל??!!!...ער וועט דאך אונז אלע אנמאכן בושות וחרפ....
.......שששששש... שששששששששששאאאאא... ער קומט ער קומט!!
[איך דריי מיך אויס און זע ווי זרח קומט יעצט אריין אין שול, איך פארדריי שנעל דעם שמועס. כ'אב מורא ער האט שוין געכאפט מ'אט גערעדט פון אים... פאר פארלוירנקייט הייב איך אן צו רעדן פאר פייער און פאר וואסער, אבי ער זאל נישט כאפן וואס איך האב פריער געזאגט....איך בין אביסל רויט, איך בייג מיך אראפ ווי למשל עאפעס קראצט מיר.... איך דריי מיך די פייעס מען זאל נישט באמערקן מין פארלוירנקייט... ]
אקעי, וואס נאך טוט זיך? פארשטייסט מען קען נישט אלעס ... ווייסעךמיין, ס'יז א מין קאר וואס פארט שנעל... ניין ביי די איראקע מלחמה... אין די סענעט מיט הילערי.... וואס זאגסטו? בלומ'ס פאטעטע טשיפס די בעסטע יא?... בן הרחמן קען זיך נישט צוגעוויינען צום נייעם קאמפיוטער... יא ס'יז אמת?....
[זרח האט שוין אלעס געכאפט... ער זעהט ער איז נישט וועלקאם ווערט ער רויט, ער דרייט זיך אויס און גיים צום נעקסטן טיש. ער עפנט א ספר און מאכט זיך ווי ער לערנט...... ביזדערוויל פרובירט ער אויפכאפן וואס אונז רעדן מיר... אבער איך דריי שנעל אוועק דעם שמועס...]
ווייסט, אזמען רעדט שוין פון שפראך. איז דא אסך ווערטער וואס די גנבים די גויים האבן פראסט און פשוט גע'גנב'ט פון דעם אידישן דיקצנערי, לדוגמא gelt .- shlep - mench
ואחרון הכביד דאס איז שוין אלאשענקוידעשדיגע ווארט : ממש = mamesh
וואסערע מין חוצפה איז דאס? אז די חברה גנב'ען ציה אונזערע ווערטער....??!!
רבותי לא עת לחשות!!
יעדער ווערט אויפגעפאדערט אריינצושיקן א פעטישען צום פויבסט... מעיאר... און וואו ס'לאזט זיך נאר אז אוי ב גייט מען דאס צולאזן וויל איך נישט זאגן וואס גייט זיין ווייער מיט אונזערע קינדער!! אפילו די אידישע מכלומר'טע ווערטער וואס זיי וועלן רעדן וועלן שוין אויך זיין אינגאנצן פארגויאישט !! רעכאנעלעלאן!!
[איך טראכט ביי מיר, הו הא אפשר קען זרח רעדן טאקע פון דעם?!... אבער איך זאג עס נישט הויעך פאר קיינעם...]
דאנ'ט ווארי, איך מיין נישט מיך. איך
דארף נישט רעדן , איך האב שוין יעצט גערעדט.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-18/8/2005 19:08 |
|
| |
קרעמער, כבודך במקומך מנח אבער די תורה איז א נצחיות, קענסט זאגען אז די האסט שוין פת בסלו און די ווילסט נישט זיין קהל'ס פארזארגער.
|
|
|
|
| נשלח ב-18/8/2005 19:19 |
|
| |
העי, וואס איז שלעכט מיט דיין יוטעלע?
JUST KIDDING
|
|
|
|
| נשלח ב-18/8/2005 19:24 |
|
| |
gishmoker איך ווייס נישט צו די ווייסט אבער חוצפה און מקוה איז שוין אויך אין די ענגלישע דיקשענערי
|
|
|
|
| נשלח ב-19/8/2005 03:59 |
|
| |
נאט טו ביזי
יא גערעכט,
איך בין גראדע יא געווען א ביסל ביזי האב איך שוין נישט געהאט קיין צייט צו שרייבן...
אבער וואו איז זרחפעפער ??! איך בין געווען זיכער ער גייט עפעס ענטפערן דא!! אזא שלימזל בין איך היינט ?!....
|
|
|
|
| נשלח ב-19/8/2005 04:01 |
|
| |
יא! יא! דא בין איך... וואס זאגסטו עפעס גוטס?
|
|
|
|
| נשלח ב-19/8/2005 04:18 |
|
| |
אוי!
כ'אב שוין פונקט געוואלט אוועקגיין. ביסט נאך רויט?...
|
|
|
|
|
 |
|
|
|
|
| מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
|
|