דא גייט יעצט פאר אזוי:
צוויי עקשנים האבן זיך צוזאמגעטראפן אויף א שמאלן בריקל, קיינער וויל נישט ארויפבעקן אז דער צווייטער זאל קענען אדורכגיין, ענדערש וועלן זיך ביידע קריגן און צוזאמען אריינפאלן אין וואסער ח"ו...
אבער היות אונזער פורום איז געווידמעט "נישט" צו מאכן קיין מחלוקת (אפילו צווישן ניקס), הגם מחלוקת אין דברי תורה איז נאר געזונט, ואדרבה את והב בסופה כתיב (קידושין ל' ע"ב), אבער כדי שלא יאמרו הבריות כל הסריקין אסורין וסריקי בייתוס מותרין, וכדי שלא תהא כהנת כפונדקית, וועלן מיר מאכן א סוף צו די מחלוקה דא.
ליתר שאת האב איך אפגעשריבן א בריוול צו ר' זרח'ל, לאמיר האפן אז ער וועט אונז מוחל זיין.
ושלום על ישראל.
|
|