| נשלח ב-24/8/2005 19:57 |
|
| |
נייע מעשה שהיה: חוצפה אדער נישט?
רופט מיר אריין איינער פון די חשוב'ע חברי הפורום אין אפיס, און דערציילט מיר מיט איין אטעם א מעשה'לע וואס איז זיך מיט אים פארלאפן היינט צופרי (ער האט עס שוין אנגעהויבן אליינס אויפשרייבן, אבער איז פארנומען געווארן...).
הכלל, ער גייט ארויס פארענט פון זיין געשעפט, שארט ארויס א ציגארעטל פונעם שאכטל (פארשטייט זיך נאכן קלאפן מיט די צוויי ערשטע פינגער אויפן שאכטל פון אונטען), צינדט עס אן און פאררויכערט זיך א לולקע פארגעסנדיג אויף וואס די וועלט שטייט.
שפאצירט פארביי א אידל - א פופציגער בערך - וואס גייט זיך זיין וועג, אונזער ידיד האט געדענקט וואס מען האט אים געלערנט אין חדר "דרך ארץ קדמה לתורה", האט ער זיך פארנויגט דעם קאפ, ארויסגעזאגט "א גוטען" און זיך צוריק אויסגעגראדעט.
דער איד - זעהנדיג אז אונזער ידיד האט אים געגריסט - נעמט די מוהט און רופט זיך אן: NO SMOKING מען טאר נישט רייכערן!!!
אונזער ידיד - קענטליך נישט היינט געבוירן - רופט זיך צוריק אפ: אנטשולדיגט אז איך האב אייך געגריסט...
דער איד זאגט אים צוריק מיט א מויל אנגעפולט מיט שוים: דו ביסט א מחוצף!!!
אונזער ידיד האט זיך נאך פארענטפערט פאר יענעם, זאגנדיג: וואלט איך אייך נישט געגריסט, וואלט איר מיר נישט אנגעקוקט, קומט דאך אויס אז דורכדעם וואס איך האב אייך געגריסט האב איך מיר אנגעווערטשאפט דעם גאנצן פראבלעם דא, על כן ציה איך צוריק פונעם גריס און פטור אן עסק...
==
אידעלעך; כמעשהו בראשונה כך מעשהו בשניה: ווער איז גערעכט?
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-24/8/2005 20:05 |
|
| |
דער אינגערמאן איז גערעכט
|
|
|
|
| נשלח ב-24/8/2005 23:38 |
|
| |
דער אינגערמאן איז גערעכט אבער עס איז נאך אלס חוצפה צו רעדן אזוי צו אן עלטערן איד
|
|
|
|
| נשלח ב-25/8/2005 00:28 |
|
| |
עס קענען נישט אלע מעשיות געשען אין איין טאג. ביטע הרב קרעמער, לייג אפ די מעשה אויף מארגן און זאג אז ס'איז געשען מארגן.
|
|
|
|
| נשלח ב-25/8/2005 02:04 |
|
| |
די ערשטע מעשה איז פארגעקומען זונטאג עקב תשס"ה, די צווייטע איז פארגעקומען מיטוואך עקב תשס"ה!
וואלט איך געווען א בעקער וואלט איך דאס אפשר אפגעשטופט, אבער איך דערצייל דברים כהווייתן, די ערשטע מעשה האב איך געהערט דינסטאג און גלייך ארויפגעלייגט, די צווייטע האב איך געהערט היינט מיטוואך און גלייך ארויפגעלייגט.
|
|
|
|
| נשלח ב-25/8/2005 02:38 |
|
| |
דער יונגערמאן איז 'בייסיג גערעכט'.
|
|
|
|
| נשלח ב-25/8/2005 05:25 |
|
| |
מיין 'אף-די-קאף' קאמענטאר הערנדיג די מעשה איז געווען:
פאר א 2005 יונגערמאן הייסט דאס שוין דרך ארץ!
בעוקבתא דמשיחא חוצפא יסגי
|
|
|
|
| נשלח ב-25/8/2005 18:44 |
|
| |
אז מען רעדט שוין יא הערט שוין אויס מיין מעשה אויך.
גיי איך מיר נעכטן אריין צו מאביל געז סטאנציע קויפן ציגארעטן, בעט ער מיר כך וכך, האב איך מיך אנגערופן אז וואוא אזוי טייער קאסט שוין היינט די סחורה.
שטייט דארט אזוי א פאליציאנט און ווי א חכם רופט ער זיך אן צו מיר אז ער האלט אז עס איז שוין צייט איך זאל אויפהערן צו רייכערן.
נא וואס מיינט עטס, בין איך אים שולדיג געבליבן??
העלל נאו.
איך האב אים געענטפערט בזה הלשון.....
I THINK THAT TRAFIC VIOLATIONS COSTS ME EVEN MORE, SO IF YOU WILL STOP TO GIVE THEM WITHOUT ANY REASON THEN ILL THINK OFF STOPING SOMOKING
רבותי איך זאג ענק אז איך פשוט געשוינט דעם ערשטן קאר וואס איז אים נאכדעם אדורך געפארן.
נא וואס האלט עטס???
געברויכט אזוי אריין פארן צו נישט??
|
|
|
|
| נשלח ב-25/8/2005 19:15 |
|
| |
שיינהייט
איך האלט אז די האסט נישט געדארפט ענטפערען אזוי שארף
וויאזוי יא? ווייס איך נישט
|
|
|
|
| נשלח ב-25/8/2005 19:35 |
|
| |
זאג דעם אמת,ביסטע נישט געווען יענע ערשטע קאר???
|
|
|
|
| נשלח ב-25/8/2005 20:26 |
|
| |
שיינהייט;
ס'ווענדט זיך אין וועלכן TONE דו האסט דאס געזאגט (טאטע שיק מיר הויזן), אויב איז דאס געווען א שטעך ווערטל אויף דעם שטעך ווערטל וואס ער האט דיר געזאגט, איז דאס נישט מער ווי א פריינטליכע שמועס צווישן צוויי אמעריקאנער בירגער, איטליכער אויף זיין זייט פונעם געזעץ, מאכט נישט.
אויב אבער ער האט געמאכט א וויצל, און דו האסט אים צוריקגעענטפערט מיט שוים אויף די שנאוצען (שנאלצן), אויסגיסענדיג דערביי דיין גאנצע גרימ-צארן אויף די גרויסע ווייאלאציעס וואס דו האסט לעצטנס באקומען... דאן קענסטו זיך רישן צו טרעפן עטליכע אראנדזשע צעטעלעך אויף דיין אויטא אין די נאנטע טעג (און נישט דייקא פון די מתנחלים...).
|
|
|
|
| נשלח ב-25/8/2005 21:02 |
|
| |
אז מען רעדט שוין פין פרעזענליכע מעשוית וויל איך אריינשטעלן וואס איך האב געהאט למען ידעו אז א צווייטער זאל נישט אריינפאלן אין די זעלבע מצב
איך בין ארויגעפארן אויפן 17M נעבן קר"י פינקט האב איך אריינגעדרייט אויפן ראוד צווישן צוויי גרויסע זאמד טראקס זיי האבן געארבייט אין א טיעם איינער האט געטראגן פעך פארן ראוד אין איינער האט געטראגן שטיינער
פאר עפעס א סיבה האט עס זיי נישט געשמעקט
איז דער ערשטער טראק פאר מיר האט אנגעהויבן פליצלינג צי ברעקן שארט יעדע צוויי מינוט די טראק אינטער מיר איז ציגעפארן ממש ביז א האר אינטער מיין קאר אזוי האט אנגעהאלטן בערך 7 מינוט זיי האבן עס דירעקט געטיען אויב כ'האב געברעקט צי שטיין ווייט פינעם ערשטען טראק האט ער אויך געברעגט צי זיין נאנט צי מיר,אין ווי ארויסציפארן איז דארט נישט דא
אויף איין מינוט געט זיך דער ערשטער טראק א שטעל אפ אינגאנצן אזוי אויך די טראק אינטער מיר אין ביידע דרייווערס נעמען זיך מאכן קולות אויף מיר פארוואס איך פאר דא אין אז איך פאר צי נאנט אין אז איך ברעק כסדר אין עס קען ווען געשען א עקסידענט אין איך וואלט געווען שילדיג גלייבטס מיר מיין נשמה איז שוין האלב נישט געווען אין מיר זיי האבן געשריבען א ז מיט איין ריר קענענן זיי מאכן פין מיר אין פין מיין קאר שטויב אין א סקונדע
כ'האב געפער יעדעא 20 סקונדעס בערך U ARE RITE U ARE RITE איך וועל עס מער נישט טיען
גלייבט איך דריוו שוין 6 יאר בערך
אבער פין דעמלאטס האב איך אימות מוות אויפן ראוד פין א טראק
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-26/8/2005 03:15 |
|
| |
ווען איך זאג תפילת הדרך האב איך טאקע אינזין ביי די ווערטער מכל חיות רעות די אלע טרעילערס און טראקס, מען ברויך שטיין ווייט פון זיי, קיפ בעק טו האנדערט פיט
|
|
|
|
|
| נשלח ב-26/8/2005 06:58 |
|
| |
דאס איז גאנץ א באקאנטע סיטואציע, כ'מיין ס'האט אפילו א נאמען. ארגער איז ווען פיר טרעילער'ס שטעלן זיך אפ ארום דיר. דאן קענסטו טאקע זאגען וידוי.
דערמאנט מיר א מעשה: וואס איז ארגער פון אריינבייסן אין אן עפל און געפונען א ווערים?
ענטפער: געפונען נאר א האלבע ווערים...
|
|
|
|
|