| נשלח ב-2/9/2005 23:57 |
|
| |
קרעמער;
די האסט לכאורה געמיינט צי שרייבן 'אב_הרחמן', נישט 'הרחמן', עניוועיס מאכט נישט אויס, ווייל 'אב_הרחמן' האט געשריבן, אז ער קימט נישט ארויס פין אינטערן באנק, און 'הרחמן' איז זעהט אויס דארטן, און וואטשט אז א גראבער זאל זיך נישט אראפזעצן אויף דעם באנק.
בענקל;
שלום עליכם נאכאמאל!
ווי עס קיקט אויס, האסטו נישט אדורך געליינט די אשכול, 'א נסיעה מיט נפחא', ווייל דארטן שרייבט 'קרעמער', אז ער האט נישט געוואלט ארויפוואקן ציזאמען מיט מיר די גאנצע וועג.
עניוועיס 'יהא בואך לברכה',איך וואלט געוואלט בעטן די מנהלים, מ'זאל אים ציווייזן ווי ס'איז דא די קאווע שטיבל, די בית הכסא'ס, וכו'. {איך ווייס נאך אלץ נישט ווי עס איז}
|
|
|
|
| נשלח ב-3/9/2005 01:07 |
|
| |
ר' בענקל;
וויאזוי די וועג ארויף צום ציון האט מיר געקאסט נאר א קוואדער? זייער פשוט! איך האב דאן געמאכט מיין טעגליכע עקסערסייז (וואס געווענליך פארטיג איך דאס אפ צופרי אין בית המדרש ביי שחרית), איין מאך מיט די רעכטע האנט, דאן מיט די לינקע, ווען איך בין אנגעקומען אויבן האב איך זיך שוין געמוזט אפרוען פון אזויפיל עקסערסייז.
נפחא;
די קאווע שטיבל איז גלייך וואו מען קומט אריין, בתי כסאות? פאלג נאך דעם עולם, וועסט עס שוין טרעפן.
|
|
|
|
| נשלח ב-4/9/2005 21:17 |
|
| |
שלום עליכם רעב בענקל,
טראץ מיר ווייסן נאכנישט וואסארא בענקל איר זענט, א פשוטער בענקל מיט א פשוטן אנלעהנער, אדער א שיינעם אויגעבעטן אויבן-אן בענקל מיט רויטע סאמעט און הילצערנע הענטלעך, אדער גאר א טייערן קאוטש סטיל בענקל מיט הערליכע געשניצטע האלץ ביי די זייטן, צי א סתם באלעבאטישן דיינונג רום טשעיר מיט אן אנלעהנער פון אלע פיר זייטן אבער מיט א פשוטע סחורה איבערגעדעקט מיט הארטע פלאסטיק, ס'קען אפילו זיין איר זענט אן איינגעבראכענע 'תשעה באב בענקל' געבויעט דורך קליינע קינדער מיט אלטע פון-סוכה-פארבליבענע האלץ'לעך מיט פארראסטעטע נעגל.....
סיי וויאזוי זענען מיר אייך מקבל פנים מיטן זעלבן שמייכל און ברוך הבא, פילט אייך באקוועם, מאכט אייך היימיש, און ווי'מ'זאגט דרייט אייך אריין אין די סביבה.
תוקן על ידי - יענטאאש - 05/09/2005 1:16:00
|
|
|
|
| נשלח ב-12/9/2005 01:17 |
|
| |
קרעמר;
איך האב מורא אז דער 'בענקל' איז א שבת-בענקל, דערווייל האט ער זיך נאר געלאזט הערן אדער ערב שבת, אדער מוצאי שבת.
סא, וואטש אוט פון אים!!
|
|
|
|
| נשלח ב-12/9/2005 07:05 |
|
| |
ווילאנג ער ווייסט נישט מיין אדרעס, קען ער מיר גארנישט טאן... (געב אכט, זאג אים נישט אויס וויאזוי איך זעה אויס).
בכלל קוקט אויס ווי ער האט מער מורא פון מיר ווי איך פון אים.
|
|
|
|
| נשלח ב-12/9/2005 07:42 |
|
| |
איין נייע פראבלעם איז מיר ציגעקימען מיטן ווערן א חבר און היימיש .יא קרעמער ביסט דערוואל איז דאס נאך די נאמען (אגב וואלט איך דיר געבעטן אויב מעגליך, די ווארט היימיש נישט אוועק צי נעמן ווייל דאס איז דאך איינע פון די הויפט מעלות פון דעם פורום אז סאיז היימיש)דער פראבלעם רופט זיך שליקערצען- היקאפס ווייל איך זעה אז מען רעדט דא פון מיר,און די באבעס זאלן זיין געזינט זאגן דאך אז דאס איז גורם מען זאל שליקערצן
קיין מאל קיין ערגערס הא?
|
|
|
|
|