בית פורומים היימישע קרעטשמע

א גוטע וואך און א גוטען חודש

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-4/9/2005 06:19 לינק ישיר 
א גוטע וואך און א גוטען חודש

אלול!

א סקרוך לויפט דורך די ביינער.

מאנכע אויבערלענדישע קהילות האבן א ספעציעלן התעוררות נוסח מיט וואס זיי זאגען ארויס די ווערטער: "ראש חודש אלול יהיה ביום הראשון ולמחרתו ביום השני"...

דער נוסח שרייט. ער פארלאנגט. ער רעדט צום מענטש מיט א ווארנענדיגע שטומע: ר' איד! עס איז אלול אויף דער וועלט!

אין די ליטע איז איינגעפירט אז פון ראש חודש אלול גייט דער חשוב'ער איד צום עמוד נאכן דאווענען און מען זאגט פאר שטיקלעך מוסר פון אורחות חיים להרא"ש מיט א ספעציעלן ניגון: "התרחק מן הגאוה וכו'".

אין טייל פלעצער איז איינגעפירט אז יעדן צופרי נאך שחרית קלאפט דער שמש אויפן באלעמער, און מיט א שטרענגע שטימע רופט ער אויס איין איינציגע ווארט, וואס זאגט שוין אלעס:

"אלול"


און דער עולם פונדערגייט זיך אין א שטילע געוויין, יעדער איבער זיין מוסר ספר'ל.

**


למעשה שטייען מיר נאך יעצט – מוצאי שבת קודש פרשת ראה, אור ליום א' שופטים תשס"ה - אין דעם לעצטן טאג פון חודש אב, ל' אב. מיר קענען נאך אריינכאפן און מקיים זיין דאס ווארט וואס חסיד'ישע ספרים טייטשן: "אחורי ארי ולא אחורי אשה" = ענדערש זאל מען תשובה טאן [אחורי - צוריקציען] אין חודש אב וואס דאס איז די מזל פון א לייב, ווי איידער ווארטן אויף חודש אלול וואס די מזל דערפון איז א בתולה.

דער קאזניצער מגיד טייטשט: באחד באלול ראש השנה למעשר בהמה = דער וואס ווארט תשובה צו טאן אום חודש אלול, דער איז אין די בחינה פון א בהמה... א מענטש ברויך כסדר זיין אין א מצב פון תשובה.

טייערע אידן!

א גוטע וואך, א גוטען חודש.

אבער געדענקט:

אלול!

תוקן על ידי - קרעמער - 04/09/2005 6:22:10



דווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-5/9/2005 18:09 לינק ישיר 

אלול!

הוי דער הייליגער חודש אלול איז שוין דא!, די 'הייליגע טעג', די פארכטיגע טעג, זיי זענען שוין דא! ניין מען האלט שוין נישט ביי 'ממשמשין ובאין', ניין מען האלט שוין נישט ביי 'אלול בא', יא 'די בענק זענען שוין גערוקט' און אנגעגרייט פארן יום הדין, מיר שטייען שוין 'אין' די הייליגע פארכטיגע טעג.

הוי, עס כאפט דאך א פחד, אז מען טראכט נאר אריין איין מינוט, אז מען מאכט נאר א קליינטשיגע חשבון הנפש, דאס הארץ צוגייט דאך פאר שרעק!, אט שטייען מיר אין די טעג ווען מען גייט ווידעראמאל ארויסנעמען די ביכער און מען גייט דן זיין כלל ישראל, מען גייט באשליסן צו איז שוין דער פאריאגט און פארפלאגט פאלק ראוי אפצואטעמען פון די ביטערע צרות וואס באפאלן איר טאג טעגליך, צו זענען שוין אידישע קינדער גענוג צעקלאפט און צובראכן, צו האט שוין דאס אויסדערוועלטע פאלק געכאפט גענוג שלעק, צו איז שוין צייט צו פארצייען דאס אידישע פאלק אויף אירע זינד און צו איז זי שוין ענדליך ענדליך ראוי צו מקבל זיין פני מלכא משיחא.

ווי קען דאס הארץ נישט ציטערן, ווי קען דער מח נישט איינגיין פאר שרעק, ווי קען דאס זעל נישט זיך ווארפן פאר פחד, אז מען טראכט נאר אריין, אז מען קוקט נאר אביסל צוריק, אז מען קוקט זיך נאר אביסל אום אויף די ביטערע צרות צרורות ומשונות וואס מיר זעען צו יעדן איינציגן טאג וואס גייט פארביי.

די וואונדן זענען נאך פריש און די הערצער זענען נאך איינגעפאלן, פון די ביטערע טראגעדיעס וועלכע האבן אונז באטראפן בלויז אין די לעצטע יאר. דער מח איז נאך נישט פולקאם ערוועקט פונעם שאק ווואס יעדער איד האט געכאפט הערענדיג די ביטערע שמועות מחרידות איינס נאכן צווייטן. אין די אויערן קלינגען נאך די צובראכענע הספדים און קדיש יתום'לעך ביי די לוויות. די טרערן רינען נאך אויף די שרעקליכע אבידות. און דאס הארץ עס ציטערט און פארכט וואס דער מארגנדיגער טאג וועט ברענגען.

הוי, טייערע אידן!, פארוואס זאלן מיר שלאפן?!, פארוואס זאלן מיר וויינען נאכדעם?!, פארוואס זאלן מיר נישט זיין דער חכם הרואה את הנולד?!, הוי וויפיל אידן וואלטן ווען געוואלט האבן די מעגליכקייט צוריקצודרייען דעם זייגער אויף פאראיאר ראש השנה?!.

מורי ורבותי!, לאמיר אויסנוצן די צייט! מיר האלטן נאך יעצט 'בעפאר' דעם פארכטיגן 'יום הדין'!, דער אייבירשטער ווארט אויף אונזער תשובה! דער אייבירשטער איז גרייט צו מקבל זיין אונזערע תפילות! לאמיר אויסנוצן די צייט און זיך אויסבעטן א גוט געבענטשט זיס לעכטיג יאר!.





תוקן על ידי - יענטאאש - 05/09/2005 18:10:13



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-7/9/2005 05:11 לינק ישיר 

קרעמער;

די ברעגסט אראפ א ווארט פון חסיד'ישע ספרים, "אחורי ארי ולא אחורי אשה" = ענדערש זאל מען תשובה טאן [אחורי - צוריקציען] אין חודש אב וואס דאס איז די מזל פון א לייב, ווי איידער ווארטן אויף חודש אלול וואס די מזל דערפון איז א בתולה.

אויף לויט וויפיל איך געדענק, שטייט די ווארט אין "ייטב לב" נאר אביסל אנדערש, "אחורי ארי", ענדערש זאל מען תשובה טאן אין חודש אלול, וואס דעס איז נאך חודש אב = די מזל פון א לייב, "ולא אחורי אשה", מ'זאל נישט ווארטן אויף חודש תשרי,[ראש השנה] וואס איז נאך אלול = די מזל פון בתולה.

איך וועל עס פרובירן נאכציקיקען.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-9/9/2005 14:14 לינק ישיר 

שוין געהאט צוויי מעת לעת נאכצוקוקען, נו?



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-9/9/2005 15:50 לינק ישיר 

איך האב עס שוין לאנג געטראפן, איך האב נאר געטראכט אז עס אינטערסירט נישט קיינעם...

עס שטייט אין "ייטב פנים" אויף חמשה עשר באב, "ודורשי רשומות אמרו בזה רמז אחורי ארי וגו'".

דרך אגב, דעם שבת איז די יארצייט פונם ייטב לב.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-9/9/2005 15:56 לינק ישיר 

יישר כח פאר די מראה מקום. קען זיין אז מיינע רבי'ס האבן אנדערש געטייטשט, אדער האב איך אליין פארקרומט דעם טייטש. ואתכם הסליחה.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-16/9/2005 15:20 לינק ישיר 

בהשגחה פרטית האב איך יעצט אויפגעמישט דעם ספר אגרא דכלה (אויף 'תקליטור תורני'), אזוי בלעטרנדיג (באמת אן קיין ציהל) זענען די פאלגענדע ווערטער ארויסגעשפרינגען צו מיר!!!

אט דאס איז דער טייטש וואס איך האב געברענגט בשם חסיד'ישע ספרים:


ספר אגרא דכלה - דף שה/א
על כן צריך להתחיל בתשובה בחדש אב ולא להמתין עד אלול. וזה שרמזו רז"ל (ברכות ס"א ע"א) אחורי אר"י, היינו להתחיל בתשובה במזל אב שהוא אר"י, לא אחורי אשה דהיינו אלול שמזלו בתולה.

אלו ואלו דא"ח!



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
   
בית > פורומים > חברה וקהילה > היימישע קרעטשמע > א גוטע וואך און א גוטען חודש
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext