| נשלח ב-6/9/2005 02:26 |
|
| |
געענדיגט מיט די גוטע צייטן
א געריכט האט פארארדענט 'קאזא' - די פירמע וואס האט פארשפרייט אזא סארט טעכנאלאגיע מיט וואס מען קען 'דאונלאודען' מוזיק און מואוויס דורכן אינטערנעט - צו פארשפארן די לעכער אינעם סיסטעם וואס וועט פאראוממעגליכן פאר אירע באנוצער אראפצולאדענען מוזיק און מואוויס פאר אומזינסט.
http://news.yahoo.com/s/ap/20050905/ap_on_hi_te/australia_kazaa
|
|
|
|
| נשלח ב-6/9/2005 02:48 |
|
| |
מ'שטיינס געזאגט עס באדערט מיך וואס??
סייווי האב איך דארט נישט געקענט פארשאפן א ניגון פון ליפא שמעלצער'ן, נו שוין אויף בריטני ספוירס'ן העל איך מוזן מוותר זיין.
|
|
|
|
| נשלח ב-6/9/2005 02:52 |
|
| |
ביי מיר איז דאס א 'בירא דשתית מיניה מיא', אויסער ב. ספיערס וכדומה, פלעגט מען פון דארט אראפלאדענען מאסן פילמ'ס, זאל נישט אויסגערעדט זיין.
אגב;
ליפא שמעלצער האט געמאלדן פאר ק.נ.א. אז ער רעכט זיך ארויסצוקומען מיט א טעיפ איבערן ווינטער, דער נאמען פונעם טעיפ וועט זיין איינס פון די דריי:
1. תזכו למצות
2. חלום חלמתי
3. נישט אום שבת גערעדט
ונראה מה יהיו חלומותיו
|
|
|
|
| נשלח ב-6/9/2005 03:01 |
|
| |
איך האב נישט ליעב דעם קעפעל קרעמער.
די גיטע צייטען הייבען זיך ערשט יעצט אן! בעזהשי"ת
טויש עס צו עפעס מער רעלאטיוו. זייטשע מוחל.
יא א שאד אויף קאזאא, געווען אזא טייערע אוצר. ער האט אונז אהער געשטעלט דער גאנצער ספרים שאנק. אבער ב"ה אשר לא השבית לנו גואל, איך הער אז סי שוין דא א וזרח השמש איינער מיט'ן נאמען ביערשעהר, און נאך אנדערע.
זאל דער פון אויבען העלפען עס זאל מקויים ווערען דעם ולא יבוש המעיין ולא יקצץ האילן ווייל אן מוזיק גיט עס נישט.
|
|
|
|
| נשלח ב-6/9/2005 03:06 |
|
| |
נאטורליך; ליידער ליידער קען מען נישט טוישן קיין קעפל פון קיין אשכול. און איך האב קיין געדולד אויסצומעקן און איבערשרייבן דעם גאנצן אשכול.
מוזיק קענסטו זעהן פאר אומזינסט ביי יאהו! מוזיק ווידיאוס. זאל נישט אויסגערעדט זיין.
אגב; עס זענען דא צענדליגער אזעלכע סארט 'אראפלאדענען' קאמפאני'ס (דאנקי וכדומה) אבער אויב מען נעמט זיך איבער די ביינער פון קאזא, קענט איר גערישט זיין אז די אנדערע וועלן נישט בלייבן אומבארירט.
|
|
|
|
| נשלח ב-6/9/2005 03:07 |
|
| |
אודאי נאטורליך, אזוי ווי די זאגסט, עס קומען גוטע טעג!, גראדע ווענדט זיך פאר וועם, איך מיין פאר דיין שכן וואס האט מער ליב געהאט די וואכן טעג פונעם זומער וועלן די קומענדע צייטן זיין נישט עפעס אזוי איי איי איי....
תוקן על ידי - יענטאאש - 06/09/2005 3:09:34
|
|
|
|
| נשלח ב-6/9/2005 03:11 |
|
| |
מוזיק וויל איך נישט זעהן, איך וויל עס דאונלאודען צו מיין mp3 פלעיער.
אמת עס זענען פארהאן אנדערע אבער קאזאא איז געווען גאר בעטעמ'ט און user friendly
|
|
|
|
| נשלח ב-6/9/2005 05:48 |
|
| |
יענטאאש; דו ביסט 'אומגלויבליך' (אנבעליוועיבעל) מיט דיינע תיקונים... אפשר ביסטו א ברסלב'ער? אין ברסלב פאנגט מען ראש חודש אלול אן צו זאגען די תיקוני זוהר...
נאטורליך; ביי יאהו! קענסטו אויך אראפלאדענען מוזיק פאר א קליינע אפצאל. איך האב א חבר (בעסער געזאגט: געוועזענע חבר...) וואס טוט דאס כסדר. ער הערט אויס אלע נייע ניגונים אויף יאהו, דאן באשליסט ער וועלכע עס לוינט זיך אראפצולאדענען אויפן עם.פי.טרי. שפילער (אדער "אייפאד").
'קאזא' איז זייער 'נוצער-פריינדליך'... איך פלעג דאס באמת אסאך נוצען... איך האב זיי צו פארדאנקען (באשולדיגען) אין די הונדערטער מואוויס וואס איך האב זיך אנגעקוקט די לעצטע דריי יאר.
אז מ'רעדט שוין פון מואוויס. איך האב פאריגע וואך געזען "ספענגליש" אויף די רעקאמענדאציע פון א חבר (פערצופאל דער זעלבער ווי אויבן). איך מוז אייך זאגען אז איך האב שטארק הנאה געהאט דערפון. "פלאר" איז גוט. און "אדם סאנדלער" איז אויך גוט. אסאך ערנסטער ווי זיינע געווענליכע פילמ'ס, אבער זייער גוט.
הגם די מעשה וואלט געמעגט האבן אביסל מער "געווירצן", אבער ווי עס שטייט און גייט איז עס נישט אוועקצומאכן. אויך די ניגון (טיע"ם) דערפון איז זייער צום הארצן.
וואטעווער (כאילו איינער איז נייגעריג אין מיינע 'מואווי ריוויוס').
יעצט האלט איך אינמיטן 'האטעל רעוואנדע' קוקט אויס גאנץ שרעקעדיג (איך האלט נאך אנהויב).
צוויי וואכן צוריק האב איך געזען 'גוד פעלאס' (מאפיא מעשה). געוואלדיג!
עניוועיז, וואס נאך טוט זיך אויסערדעם...
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-6/9/2005 17:19 |
|
| |
Kramer I always listen to your movie reviews, keep it coming
there is the movie studio next to us, and WB is filming in the armory so we better know whats cooking
and a question to you kramer, which actor would you like thenm to bring to willy for filming, so you should be able to meet him(/her)?o
תוקן על ידי - BeChusid - 06/09/2005 17:19:08
|
|
|
|
| נשלח ב-6/9/2005 17:26 |
|
| |
קרעמער, ספענגליש איז גיט אהער געשטעלט אבער די מעשה איז אביסעל לאנגווייליג. דאס מיידעלע איז געוואלדיג.
מיין ווייב זאגט עס דערמאנט איר צופיל פון די ספאנישע דא אין וויליאמבורג.
|
|
|
|
|
| נשלח ב-7/9/2005 02:10 |
|
| |
how do i open the files?
|
|
|
|
| נשלח ב-9/9/2005 14:07 |
|
| |
יא, וועלכע אקטיארן וויל איך זעהן?
אין 'ריעל לייף' זענען זיי כמעט נישט אינטערסאנט... נאר אויפן סקרין וויל איך זיי זעהן.
אויפן סקרין גלייך איך אדם סאנדלער, קריס ראק (זיי ארבעטן אינאיינעם אויף "די לענגסטע יארד" וואס שפילט יעצט אין ס'מעדרש). און נאך צענדליגער, ולא עת האסף פה.
|
|
|
|
| נשלח ב-9/9/2005 16:26 |
|
| |
באקומען אין תיבה אישית:
איך זעה די רעדסט דיר אפ אז די גוטע צייטן פון קאזא האט זיך גענדיגט.
איך האב א עצה פאר דיר.
נוץ EMULE ס'איז אויך זייער א גוטע פראגראם נאך אסאך בעסער פון קאזא.
ענטפער:
איך ווייס אז עס עקזיסטירן אסאך אזעלכע סארט קאמפאני'ס, און איך ברויך ב"ה נישט צוקומען צו זיי לעת עתה. איך האב נאר געמיינט ארויסצוברענגן אז מען גייט זיי אלע קלאגן איינס נאכעס אנדערע און דאן וועלן מיר בלייבן יאקיש און לעקיש.
|
|
|
|
|