דער דאיען קען זיך נישט צוזאמקלויבן, קוים פארענדיגט די ארטיקל פון יענטאאש, און אפס, אן ארטיקל פון נאטורליך, איז דא אויפן טיש, נו א ברירה האט מען מען הייבט אהן ליינען, און ויסעו, דער זעלבער ענין, אבער ממש א פלא, נישט צום פארשטיין, נאכ'ן ליינען די ארטיקל פון יענטאאש, וואס קען נאך נאטורליך צולייגן? הא? אבער גארנישט לא ראי זה כראי זה, אפשר אויף צוויי דריי מקומות איז מקויים געווארן דער נתנבאו בסגנון אחד, אבער חוץ מזה, איז דאס ממש חדשות, וויפיל נאך ארטיקלן קען מען שרייבן אויף חתונות, כשם שפרצופיהן אינם שוות כך דעותיהן אינם שוות (וועא"מ) זעהט מען דא ממש באשיינפערליך, גאר א נייע בליק אינגאנצן, כ'מיין הערזשע צו נאטורליך האט מיט זיין שוויגער נישט געהאט צו טוהן ביי די חתונה, קען זיין אז דאס איז פון זיין ווייב'ס שוויגערס צד, המממ... ווער ווייסט, באט עניוועי, מ'דארף זעהן איינער זאל דאס צוזאמשטעלן די ביידע ארטקילן, און מ'זאל דאס ארומשיקן פאר דעם גאנצן כלל ישראל, בכל מקומות מושבותיהם, זאלן די אלע מחותנים און פעטערס זעהן זייער בילד שווארץ אויף ווייס.
טענקס א מיליאן נאטורליך.
|
|