בית פורומים היימישע קרעטשמע

לאמירזיך איבערבעטן, איבערבעטן, איבערבעטן

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-9/10/2005 05:21 לינק ישיר 
לאמירזיך איבערבעטן, איבערבעטן, איבערבעטן
מצורף קובץ

א גוטע וואך מורי ורבותי, מיר שטייען יעצט מוצאי שבת שובה, עס איז יעצט די זמן גרמא אויף תשובה און תיקון המעשים. מיר אלע ווייסן אז יום הכיפורים איז נישט מרצה אויף חטאים צווישן א מענטש און זיין חבר ביז מען בעט נישט איבער דעם חבר. וויל איך דא ווידמען אן אשכול ספעציעל אויף איבערבעטונגען צווישן די חברי הקרעטשמע.

הגם אז אונזער קרעמל צייכנט זיך אויס מיט אהבה אחוה שלום ורעות, און קיין ערנסטע מחלוקת און פאליטיק זענען קיינמאל נישט פארגעקומען צווישן די ווענט פונעם קרעטשמע. אבער דאך, מען זיצט אזויפיל שעות צוזאמען, מען טרונקט און מען לאזט זיך וואוילגיין, און - א מענטש איז דאך נאר א מענטש - מאכט זיך אמאל אז מען דרוקט זיך אויס עטוואס שארף אדער אומאיידל אויף א קאלעגע שרייבער.

איז דאך יעצט די ריכטיגע צייט זיך איבערצובעטן, און זיך פארנעמען אז דאס זאל מער נישט פאסירן. און דער עולם ווערט געבעטן מוחל צו זיין, כמבואר אין שלחן ערוך אז מען זאל נישט זיין קיין אכזר, נאר מוחל זיין אפילו יענער האט דיר געטשעפעט.

איך וועל אנהייבן:

איך וויל איבערבעטן...


1. אונזער געוועזענער מנהל הוטקע פאר דעם וואס איך האב זיך מתחצף געווען און אים ארויסגעשטעלט פון די הנהלה (הגם דאס איז געווען מיט זיין רשות, אבער עס איז דאך צוגעגאנגען מיט אביסל פרעכקייט פון מיין זייט).

2. אונזער חשוב'ער דיין ר' זרח איבער דעם וואס איך האב אים מתחלה נישט אזוי שיין מכבד געווען, איך וואלט אים געדארפט שטעלן אלס רב אדער רבי גאר, איך האב פשוט נאכנישט געהאט איינגעזען זיין חשיבות.

3. דעם אלטיטשקן אב הרחמן איבער דעם וואס מיר האבן אים אסאך מאל געטשעפעט, און דורכדעם גורם געווען זיין פריצייטיגן פטירה פון די קרעטשמע.

4. דעם חשוב'ן ראש הקהל יענטאאש וואס איך האב אוועקגערויבט פון זיין טייערע צייט פאר וויכטיגע קהילה מיטינגען, איך וואלט געדארפט וויסן אז ער איז צי פארנומען, און וויל נישט געשטערט ווערן מיט קליינע דעטאלן פון די קהילה אנגעלעגנהייטן.

5. דעם מנהל משנה בן הרחמן וועמען מיר האבן גאנץ זומער געשטערט אינערהאלב זיינע תיקון-חצות אפרעכטאכץ. נישט איינמאל האבן מיר אריינשפאצירט אין שוהל'כל פונקט ווען ער האט זיך געזעצט אויף דער ערד באקלאגן דעם חורבן, און אדאנק אונז איז ער געשטערט געווארן פון זיין עבודת הקודש.

6. דעם מנהל משנה נאט-טו-ביזי וועמען מיר פלעגן טשעפענען פון צייט צו צייט אויף זיין אומפארנומענקייט, כאילו דאס איז זיין אייגענע פראבלעם וואס ער האט זיך באשטעלט, און כאילו נאר ער ליידט דערויף.

7. דעם מנהל משנה נפחא איבער דעם וואס מיר רופן אים אן מיט אזא שם גנאי. הגם ער איז זיך אליין שולדיג, ער האט זיך אויסגעוועלט דעם ניק, אבער מיר וואלטן געברויכט נזהר זיין און אים אנרופן מיט זיין עכטן נאמען... פנחס!

8. דעם געוועזענעם מנהל משנה לאוולי וועמען מיר האבן פארשיקט לעזאזל נאר צוליב זיין ניק (הגם, ער איז שוין צוריק).

9. דעם גאסט פון ארץ ישראל גם-זו וועלכער פלעגט אונז מהנה זיין מיט אסאך אינטערסאנטע ענינים און בילדער, און צוליב א סיבה האט ער אונז אפגעלאזט. גם-זו! מיר בענקן זיך נאך אייך! קומט צוריק!

10. אלע חשוב'ע ליינער און שרייבער וועלכע האבן נישט באקומען גענוג קאמפלימענטן פון מיר, הגם איך פרוביר צו געבן גרינע מענטשעלעך פאר יעדע געשמאקע תגובה, אבער נישט אייביג בין איך אנגעקומען דערצו, נאט אייך אלע דא איין גרויסן גרינעם דאפעלטן אגודל. ווייל אן אייך וואלט די קרעטשמע געווען פוסט און וויסט, און ווען דער פריץ וואלט געקומען איינקאסירן די יערליכע געהאלט, וואלטן מיר נישט געהאט צו באצאלן, און ער וואלט אונז אריינגעווארפן אין זיין קעלער, ביז ר' משה לייב סאסובער וואלט געקומען אונז ראטעווען.





דווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-9/10/2005 15:29 לינק ישיר 

איך וויל איבערבעטן אלע מיינע טייערע חברים און ידידים ווי אויך שונאים חברי הקרעטשמע, וועמען איך האב אדער נישט גענוג מכבד געווען, אדער האב איך זיי צופיל מכבד געווען מיט אפאר שרייב-עוודיגע פעטש, וויל איך יעדן איבערבעטן לפי כבודו, איר ברויכט פארשטיין 'א יענטאאש איז נאר א יענטאאש', איך האב נישט געמיינט קיינעם וויי צו טאן, אבער עס איז כמעט ווי אוממעגליך צו קאנטראלירן אייביג מיינע 'תשעה קבין' וואס איך האב זיך איינגעשאפט, וויפיל איך האב נאר פרובירט אייביג צו 'מתיקון ע"י יענטאאש' זיין איז עס פארט נישט געווען גענוג און איך האב נאך באקומען היעט דערפאר אויכעט, איך האף אז איר וועט מיך פארשטיין און מוחל זיין.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-9/10/2005 19:12 לינק ישיר 

ביי אונז חסירישע אידן בעט מען זיך איבער ערב יום כיפור ביי די צייט וואס יעדער איז איינגעהילט מיט דעם ווייסן טלית'ל און מ'וויינט תפלת זכה, און דאס פאסירט נישט נאר צווישן די אידן אין זעלבן גיל, וואס קען זיך מאכן אז אינמיטן יאר האט מען אפשר נישט נוהג כבוד געווען אזוי ווי עס באדארף נאר אפילו די קליינע נארוואס בר מצוה בחורים'ליך שטופן זיך אריין צו די שיינע אידן אונטערן טלית און מ'זאגט אזוי בשפה רפה "איר זענט מיר מוחל", און אוודאי ענפערט מען מיט אזא זויערע מינע אוודאי אוודאי א גמר חתימה טובה, און דאן קערט מען זיך צוריק צום געוויין.
איי פרעג וואס פשט? אבער מיר ווייסן דאך מנהג ישראל תורה, אויף א אלט אידישע מנהג פרעגט מען נישט קיין קשיות, און אז מ'פירט זיך אזוי וועט מען זיך ווייטער אזוי פירן ביז משיח'ס טאג.
לעניינו הגם איך האב נאך מסתמא דא אין קרעטשמע קיינעם נישט פוגע געווען בכבודו, אבער דאך זייט מיר אלע מוחל איך האף אייך אינזין צו האבן ביי תפלת זכה



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/10/2005 20:14 לינק ישיר 

איך וויל אויך איבערבעטן דעם רעדנער פון 'קול מבשר' אינפארמאציע סיסטעם, וועלכער איז מער ווי איינמאל געווען דער ציהל ברעטל פון אונזערע שריפטן. מיר גלייבן אז דאס איז געווען לטובתו... אסאך צוהערער האט ער צובאקומען אדאנק אונזערע רעפארטאזשען.

אגב, פאריגע וואך פרייטאג האט ער געמאלדן אין די נייעס אז מען האט געטראפן אנגעשמירט 'האָנקע-קרייצן'... איך ווייס נישט אויב ער ווייסט נישט וואס 'האנק' מיינט, אבער די ריכטיגע ווארט איז 'האקענקרייצן'.

תוקן על ידי - קרעמער - 10/10/2005 20:15:01



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-11/10/2005 18:03 לינק ישיר 

האלטסט טאקע אז איך דארף דיר מוחל זיין? אזא השפלה, פון אויבן אראפ? האסט מיר אפילו נישט געבעטן איך זאל טוישן מיין ניק און ערשיינען מיט א פנים חדשות...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/10/2005 21:44 לינק ישיר 

איך וויל אויך איבער בעטן אלע חשובע קאסטימערס דא אין קרעטשמע און אלע חברי הנהלה (אלטע און נייע) אויב עס איז דא פארוואס

תוקן על ידי - not2bz - 11/10/2005 21:45:18



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-14/10/2005 23:03 לינק ישיר 

אפילו ס'איז שוין נאך יום כיפור, וויל איך איבערבעטן הרה"ח ר' 'נפחא', וואס זאגט אז איף טשעפע אים לעצטנס, וויל אים דא בעטן 'מחילה'.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-23/2/2006 17:08 לינק ישיר 

איך וויל איבערבעטן מיין טייערע חבר יאנאש פאר (ער ווייסט שוין וואס)



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-23/2/2006 18:23 לינק ישיר 

פארוואס???

(נא סיקרעטס אין פאבליק)



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-23/2/2006 18:31 לינק ישיר 

עס אי אנגענומן להלכה אז נא סיקרעטס אין פאבליק?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-23/2/2006 19:17 לינק ישיר 

דא לאקאל איז אזוי אנגענומען




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-23/2/2006 20:11 לינק ישיר 

נו וואס ווילסטי יעצט, זאל איך אויסמעקן מיין תגובה?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > חברה וקהילה > היימישע קרעטשמע > לאמירזיך איבערבעטן, איבערבעטן, איבערבעטן
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext