| נשלח ב-29/5/2006 00:28 |
|
| |
פארוואס שטייט אויף א יעדע אמביולאנס (וואס איך האב אלץ געזען) און די פראנט און פארקערטע אויתיות די ווארט אמביולאנס?
|
|
|
|
| נשלח ב-29/5/2006 00:34 |
|
| |
כדי דער קאר וואס פארט אין פראנט פון אים זאל קענען לייענען די ווערטער גראד אינעם שפיגעל
|
|
|
|
| נשלח ב-29/5/2006 00:42 |
|
| |
דעס האב איך שוין געהערט אלץ קליין קינד, אבער איך פארשטיי עס נאך אלץ נישט.
פארוואס נאר א אמביולאנס, פארוואס נישט די פאליס, פארוואס נישט די פייערלעשער?
און איך וויל פרעגן די דרייוערס פון די קרעטשמע צו ווען זיי הערן און זעהן לייטס און סיירינס אונטער זיך, קוקן זיי קודם אויב זיי קענען ליינען די ווארט אמביולאנס?
|
|
|
|
| נשלח ב-29/5/2006 03:14 |
|
| |
האט מיר איינט געפרעגט 'א מירער יושב' פארוואס זאגט מען נישט ביי ברכת השחר אויכעט הברכה "המשיח אלמים"? וואס איז דער רעדן אנדערשט פון זעהן, וואס אויף זעהן מאכן מיר יא הברכה 'פוקח עורים'?
|
|
|
|
| נשלח ב-29/5/2006 19:57 |
|
| |
פין די זאכען וואס איך וויל וויסען,
פארוואס האט די "מזל טוב" אשכול http://masoret.hevre.co.il/hydepark/topic.asp?topic_id=1750930
אזויפיל רינגעלעך ארום די ווארט "מזל טוב"?? אין פארוואס האט עס ביי איין זייט מער אין ביי איין זייט ווייניגער?? אין פארוואס האט עס בכלל רינגעלעך??
נ.ב. צלויב די הארבקייט {וו. ע, א. מ.}פין די שאלה, וועט יעדע תשובה גענימען ווערן אין באטראכט
|
|
|
|
| נשלח ב-29/5/2006 20:24 |
|
| |
פארוואס און צווואס נוצט מען אזא פורום אין תשס"ו, אזוי שטאט, און אומפראקטיש, איז שוין אמאל געווען א רעדע פון זיך אריבערפעקלן ערגעץ אנדערש
פארוואס פארמאגט נישט אונזער קרעטשמע איין משוגענעם מיט וועם מ'זאל זיך קענען אינטערהאלטן, א זאך וואס עקזיסטירט אין יעדן ביהמ"ד
|
|
|
|
| נשלח ב-30/5/2006 01:53 |
|
| |
אונזער קרעטשמע פארמאגט אויסדרוקליך יא אזא משוגענער, און דאס ביסטו! קוק זיך אין שפיגל, שנעל! לויף!
|
|
|
|
|