בית פורומים היימישע קרעטשמע

ווער וויל קויפן בעקעלעך?...

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-10/10/2005 03:08 לינק ישיר 
ווער וויל קויפן בעקעלעך?...


איך לייג פאר אייך פאר א שאלה. אבער ביטע זייט אויפריכטיג מיט אייער ענטפער.

מיין שאלה איז זייער קורץ און שארף:צו האט זיך שוין ביי אייך געמאכט אז דאס ווייב האב אייך געשיקט קויפן א בעקעלע,און איר זענט "יא" צוריקגעקומען מיט די "ריכטיגע" סייז????

אההה! ביי מיר אויך נישט.

"איין פיש בעקעלע ברענג" זאגט זי מיר היינט פארן גיין איינקויפן. נאכן זיך צוריקשלעפן פון גראסערי איז אן אנדערע מעשה. דארט לערען איך זיך א פארציע היסטאריע, אינערהאלב מיין ווייב'ס משפחה.

למשל, איך האב קיינמאל נישט געוויסט אז די זיידע, חיים משה ז"ל, ווען די בעט האט אים שוין ארויסגעווארפן שבת נאכמיטאג, פלעג ער איינפאקן, אין א גאלערעטע-בעקעלע, אביסעל איבערגעבליבן פיש, ביינער און געפילטע, און מיט דעם פארברעגט אין שול דאס רעשט פונעם שבת.

ולזכר פון אט די געראטענע שריט, רופט מען, ביי איר אין די משפחה, דאס קליינטשיג בעקעלע: פיש בעקעלע.

אבער יעצט ווייס איך שוין.



האטס אבער נישט קיין טעות. מיט די אנדערע בעקעלעך איז גארנישט בעסער.

א טיפע בעקעלע, ווער איך געוואר, מיינט נישט "אזוי" טיעף.

א גרויסע בעקעלע, מיינט איינס פאר די גרעסטע, בדיוק.(ווייל ווער נוצט דען די גאָר גרויסע?)

א פאטעטא-קוגל-בעקעלע, מיינט, דאס וואס זי האט גענוצט צוויי וואכן צוריק פאר פאטעטא קוגל, ווייל דו פאריגע וואכענדיגע איז בלויז געווען אן "עקסעפשאן".



איך וואלט אנגהויבן א נומבער סיסטעם אויף בעקעלעך. משום לא פלוג. וואס זאגט איר???



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-10/10/2005 08:57 לינק ישיר 


נעם דיין ווייב איינמאל אין גראסערי און זי זאל דיר איינמאל פאר אלעמאל ווייזן אלע סייזעס, וואס איז וואס.

איך האב אזוי געטוהן.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מנותק
נשלח ב-10/10/2005 14:48 לינק ישיר 

מיין ווייב ווייסט שוין אז זי דארף שרייבן וויפיל אינטשעס די ברייט דארף זיין און וויפיל אינטשעס די לענג דארף זיין און וויפיל אינטשעס די טיפקייט דארף זיין און איך ווייס אז די צעטל אויף וואס זי שרייבט די ארדער איז אכט אהאלב ביי עלעף אינטשעס און אזוי רעכען איך שוין אויס אז זי זאל באקומען די ריכטיגע



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-10/10/2005 17:32 לינק ישיר 

ביי איין גראסערי האב איך נארוואס באמערקט ארויפגעקלעבט אויפן שעלף (יודיש?) די ערשטע חלק פונעם מעסטער -וואס ליגט ארום דעם האלדז פון דו פרויען וואס פארעכטן נאך אליינס די גע'אסר'טע שליצן-, אזוי ארום קענען דו מענער אפמעסטן דו מאס פונעם פארלאנגטן בעקעלע.
נישט אז דאס העלפט יא 'איך האב קלאר געזאגט 9" וואס איך נוץ פאר מיין מאמע'ס טשערי-פיי (קארשן-טארט), און דו ווייסט גאנץ פיין אז איך געברויך נישט אזא גרויסע' דא קען איך מיך ווען אריינלאזן און דו סוגיא פון תפוס לשון ראשון, אבער עס וועט סייווי גארנישט אויפטאן, וויש איך מיר אפ דו נאז און איך מאך דו נויטיגע טויש.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/10/2005 18:17 לינק ישיר 

אנטשולדיגט מפוקל ... אבער נאכן ווישן די נאז טוישסטו אויף די בעקעלעך???

אין וועלכע גראסערי קויפסטו איין? כ'האף נישט אין מיין.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-10/10/2005 19:35 לינק ישיר 

א אינגערמאן קומט אריין אין גראסערי און פרעגט דעם גוי וואו מ'קען זעהן ווי אלט די צוויבל זענען, פרעגט אים דער גוי צו וואס ער וויל דאס וויסן, זאגט ער אז זיין ווייב האט אים געשיקט קויפן יונגע צוויבל...



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-10/10/2005 20:51 לינק ישיר 

(אז מען איז שוין סייווי פארקראכן)

א מאמע האט אמאל בין הזמנים געשוקט איר פלייסיגע בחור און פארמאסי די מאמע זאגט אים אויף וועלעכע גאס עס איז עס דא נאך סטארס דארט וועסט שוין זעהן נאך א האלבע שעה קומט ער צוריק און זאגט פארן מאמע איך האב נישט געזען קיין איין סטאר וואס די נאמען פאנגט זיך אן מיט א F



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מנותק
   
בית > פורומים > חברה וקהילה > היימישע קרעטשמע > ווער וויל קויפן בעקעלעך?...
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext