בית פורומים היימישע קרעטשמע

הערות אויף "דער אלטער מיטן קיטל"

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-12/10/2005 02:07 לינק ישיר 

אקעי גוט ר' קרעמער;

ווייסטעך אז כאב נישט געוואלט באמת קריטיקירן,
כאב עס נאר געטוהן וועגן א קעניינעהארע זאל נישט שאטן...

דעריקער, לאמער צוריק גיין צו דער נושא פונעם אשכול, איך וואלט דיר געווען נאכאמאל קאמפלעמענטירט, נאר ווי חז"ל זאגן:
מילי בסלע שתיקה בתרין...



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-12/10/2005 02:09 לינק ישיר 

קרעמער, אמן.

זאל עס מיר אויך זיין צו מצוה.

תוקן על ידי - יענטאאש - 12/10/2005 2:09:20



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-12/10/2005 02:15 לינק ישיר 

מיר קענען אלע נוצן זכותים דעם היינטיגן טאג. אוי טאטע אין הימל, קוק ווי אידישע קינדער דרייען זיך ארום אנע קאפ פון אזויפיל אפקערן פון דעם גוטן וועג, זיי אלע זוכן א וועג ארויס, זיי קלאמערן זיך אויף די גראדע ווענט זיך צוריקצוקערן צו דיר. האב רחמנות אויף דיין פאלק ישראל, נעם אוועק פון זיי די ביטער שווערע נסיונות מיט וואס זיי ספראווען זיך טאג טעגליך. שיק זיי שוין דעם גואל צדק, און מיט דעם וועלן זיך אפטאן אלע צרות. אמן!



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-12/10/2005 03:07 לינק ישיר 

קרעמער;

כ'האב דיך נאר געוואלט פרעגן, פון וואנעט ווייסטו אז די בוק פון צדיקים איז גאלד???




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-12/10/2005 05:01 לינק ישיר 

מיין מאמע האט מיר געזאגט.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-12/10/2005 15:46 לינק ישיר 


איימסארי קרעמער כ'אב דיר נישט געקענט קאמפלימענטירן נעכטן אזויווי יעדער, אבער אינני מקפח שכרך
די מעשה איז זייער גוט און שטארק באלערנד
דויערהאפטיג שטאנדהאפטיג און צום טאקט.

נאר עטליכע אזוינע:

דוכט זיך אז דו האסט שוין געמאלדן בעפאר ראש השנה אז עס קומט אזא מעשה, נו, ווערט דאך שווער די קשיא פון ידיעה מיט בחירה?

צווייטנס, איז דיין קיטל שוין געל? מילא די פעדעמער רייסן זיך אויף , נישקשה. אבער געעל? פארוואס, האסט עס געירשנט?

דריטנס, וועט זיך איינער וואונדערן וואס איך זוך דא אין קרעטשמע ערב יום הקדוש?
אמאל געווען א מעשה מיט איינע פון די צדיקים זי"ע וואס איז פאר כל נדרי געגאנגן אין פערדן שטאל פיטערן די פערד וואס האבן געהונגערט. מיר פירן זיך אויך אזוי. ...

זשאסט קידדינג, נאר א שמייכל צום געהויבענעם
און פרייליכסטן טאג פון יאר "יום כיפורים"
לא היו ימים טובים לישראל ... וכיום הכיפורים!!!

אז מען איז זיך באמת מתבונן די חסד ה' וואס האט געגעבן אזא מושג ווי תשובה איז דאס מוראדיג ברחמים הא'ל יתברך,
מן הדין וואלט געברויכט זיין איינער זינדיגט איז אראפ מיט יענעם, וואס הייסט ער האט דאך געזינדיגט?!
אבער לא כמדת בו"ד האט דער בורא עולם דער מוחל עוונות עמו ומסיר חטאת יראיו אונז געשאנקן א טאג פון
מחילה סליחה וכפרה

לכפר לנו על כל עוונותינו

ויהר שנזכה להיחתם בספרן של צדיקים לחיים טובים, אמן.
אויך דער שכינה הקדושה זאל שוין אויסגעלייזט ווערן יחד איתנו
בהתרוממות קרן התורה וישראל
אורייתא קודשא בריך הוא וישראל חד הוא!
לאמיר אלע געהאלפן ווערן אינאיינעם עם ביאת בן דויד שוין יעצט,!!! אמן!




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/10/2005 15:56 לינק ישיר 

געשמאקער;

כ'האף האסט נאך געטראפן א כפרה (אנדערש ווי די פארגאנגענע יארן).

איך האב געמאלדן איבער די קיטל מעשה הערשט מוצאי ראש השנה, קוק נאך וועסטו זיך איבערצייגן.

איך האב נישט געשריבן אז די קיטל איז געווען געל. ליין איבער די מעשה.

א יישר כח פאר די דברי התעוררות, יה"ר שיכנסו ללב השומעים, ונזכה כולנו לגמר חתימה טובה ושנה טובה ומתוקה.

קרעמער




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-12/10/2005 16:05 לינק ישיר 


ביסט גערעכט קרעמער,
כיון שטעה טעה, איך האב פארמישט די געלען טלית זיינע מיט דיין ווייסן קיטל וטעות לעולם חוזר.

די אנדערע זאך האב איך נישט נאכגעקוקט אבער ניזול בתר רובא, ביסטו אויך גערעכט.

א גוט זיס לעכטיג יאר, אמן




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/10/2005 14:29 לינק ישיר 

איך האב פארגעסען עס ארויס צו פרינטען אבער איך האב עס אביסל איבער געטראכט אויסענווענדיג



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > חברה וקהילה > היימישע קרעטשמע > הערות אויף "דער אלטער מיטן קיטל"
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 סך הכל 3 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית חברה וקהילה המכילה פורומים פתוחים וסגורים של קהילות קטנות וגדולות בחברה החרדית. בוגרות סמינר, בוגרי ישיבות, פורומים לנשים בלבד ודיונים חברתיים פנים חרדיים.