בית פורומים היימישע קרעטשמע

וויאזוי זאגט מען דאס אין ענגליש

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-2/12/2005 00:58 לינק ישיר 

וויאזוי זאגט מען אויף ענגליש: אומפארגינער?

איינער האט מיר פרובירט צו זאגן אז "סעלפיש" איז דאס ווארט, אבער איך בין מחולק.

א סעלפיש פערזאן איז פארנומען מיט "זיך" און בלויז מיט "זיך", אבער ס'ארט אים נישט ווען "יענער" האט "אויך".

משא"כ אן אומפארגינער, איז כשמו כן הוא, ער פארגינט נישט פאר "יענעם" אפגעזעהן צו ער פאר זיך האט יא אדער נישט.

נא??? א גיטער ווארט רבותי???



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-6/12/2005 20:06 לינק ישיר 

איך האב היינט אנגעטראפן א זייט וואס טייטשט איבער אידישע פראזן און לאזונגען אויף ענגליש, האב איך געזוכט דארטן אויב זיי טייטשן איבער 'אומפארגינער' איך האב אבער נישט געטראפן, אבער זוכענדיג צווישן די בלעטלעך האב איך געזעהן אז דאס קען זיין גאנץ אינטערעסאנט פאר אונזערע דארפישע אידן וואס ווען זיי וועלן דארפן אריינפארן אין די גרויסע שטאט אריין זאלן זיי זיך וויסן וויאזוי אויסצודרוקן פאר די גוים ווען זיי ווילן למשל זאגן 'א שטייפער מאגן' איז דאס אויף ענגליש 'קאנסטעפעיטעד' אדער אויב איינער וויל זאגן 'Ungerissen beheiman' זאל ער וויסן וויאזוי צו זאגן אויף ענגליש, און סתם אזוי צו געבן א שמייכל וויאזוי זיי לייגן אראפ די היימישע פראזן און סטעיטמענטס (וויאזוי זאגט מען דאס אין אידיש?) למשל
'Ver tsuzetst' 'Vos draistu mir a kop' 'Yukel - Buffoon' וכדומה, איין זאך וואס איך האב נישט געטראפן דארט איז 'וואס איז נייעס', אויך האב איך געזעהן דארט א זאך וואס איך האב נאכנישט געהערט ביזדערווייל Yente telebente איך האב שוין געהערט סתם יענטע און יענטאאש אדער גאר משפחת היענטאאשי אבער דאס האב איך נאכנישט געהערט, אויך האב איך דארט געטראפן א ראי' צום דרך האקסיווע פון אונזער דאיען רעב זארעח ווי זיי ברענגען אראפ די ווארט Yontefdik, און יא דאס איז אויך א ווארט Nebbish.

דא האט איר די לינק;
http://www.pass.to/glossary/

תוקן על ידי - בןהרחמן - 06/12/2005 20:08:57



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-7/12/2005 16:02 לינק ישיר 

גענומען פון דעם אויבנדערמאנטן לינק


Es vet helfen vi a toiten bahnkes! - It won't help (any)! (Lit., It will help like blood-cupping on a dead body.)



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > חברה וקהילה > היימישע קרעטשמע > וויאזוי זאגט מען דאס אין ענגליש
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 סך הכל 2 דפים.

bholext