| נשלח ב-16/10/2005 04:29 |
|
| |
שאלה פון די וואך : סוכות
דער אות הקשת וואס קומט ווען מ'יז זינדיג,
איז דאס א צייכן פאר די אומות העולם אדער פאר אידן?
|
|
|
|
| נשלח ב-16/10/2005 06:01 |
|
| |
געשמאקער;
א גוטע וואך. קודם כל ביסטו אונז נאך שולדיג אן ענטפער אויף די שאלה פון די פארגאנגענע וואך, וואס איז די הלכה אויב איינער זאגט ביום חג הסוכות הזה ביי יעלה ויבא פון ראש חודש חשוון?
דיין שאלה פון די אות הקשת איז גאנץ גוט. ווייל בפשטות שטייט דאס אין פרשת נח, ווען כלל ישראל האט נאכנישט עקזיסטירט, ממילא איז לכאורה א סימן פאר אלע בני נח. וואס זאגסטו?
|
|
|
|
| נשלח ב-28/10/2005 19:22 |
|
| |
איך מיין איך גיי סטאפן ארויפצולייגן שאלות דער עולם דא איז סייוויי נישט נייגעריג דערינען.
א ענטפער אויף יעלה ויבא האב איך שוין געשריבן.
און וועגן די קשת, פשטות ביסטו גערעכט קרעמערא ז דאס קומט צוליב די וועלט און נישט דוקא צוליב אידן.
מיין ראי' איז אז ווען אידן זענען שלעכט שטייט אין פסוק בפירוש ארויס עונשים וועלן קומען ה"י און נישט קיין קשת .
ועוד, ביי רשב"י שטייט שהגין על הדור ולא נראתה הקשת בימיו, האב איך א משמעות פון דארט אז עס קומט נישט צוליב אידן נאר צולבן גאנצן דור.
אבער באמת זאגט דאך די גמרא אין סוכה בזמן שישראל עושין רצונו של מקום דארף מען נישט מורא האבן פון די אלע זאכן
מאותת השמים אל תחתו.
|
|
|
|
|
| נשלח ב-28/10/2005 19:32 |
|
| |
געשמאקער;
איך בעט דיר א פריוואטע טובה: הער נישט אויף מיט די שאלות פון די וואך! פארוואס זאלן מיר נישט טראכטן אביסל דברי תורה אויך? אדרבה! אויב דו וועסט אויפהערן, וועל איך אנהייבן! און דאן וועסטו נישט וויסן די ענטפערס! ראה הזהרתיך!
בנוגע דעם קשת. מיין ראיה איז שטארקער פון דיינע דריי ראיות צוזאמען. (אויף יעדע ראיה איז דא א פירכא, ואכמ"ל).
איך ווארט שוין אויף די שאלה פון פרשת נח (און וואס איז געווען די שאלה פון פרשת בראשית?).
|
|
|
|
|