בית פורומים היימישע קרעטשמע

שאלה פון די וואך בראשית

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-28/10/2005 19:44 לינק ישיר 
שאלה פון די וואך בראשית

מאן דחזי חלמא בישא זאל זאגן הטבה בשעה שהכהנים עולין לדוכן.

ווען זאגן די כהנים הטבת חלום?

בשעת'ן דוכן'ען זינגט ער דאך אוועק?




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/10/2005 19:49 לינק ישיר 

דאס מיינט צו זאגן אז דער וואס האט געזעהן די חלמא בישא זאל זיך אליין זאגן אן הטבה, און לכאורה פון דעם נעמט זיך די מנהג צו זאגן די יהי רצון הנדפס בסידורים



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/10/2005 20:03 לינק ישיר 

די מקור פון די נוסח פון רבונו של עולם חלום חלמתי, געפונט זיך אין מסכת ברכות (נ"ה ע"ב) איך וועל עס שרייבן אויף אידיש:

דער וואס האט געזען א חלום, און ער ווייסט נישט וואס ער האט געזען (אויב עס איז א גוטע חלום אדער ח"ו פארקערט), זאל ער זיך אראפשטעלן פארנט פון די כהנים ווען זיי שפרייטן אויס זייערע הענט און דוכנ'ען [ווער ווייסט פארוואס דאס הייסט דוכענען?], און זאל זאגען אזוי:

רבונו של עולם אני שלך וחלומותי שלך וכו'. וואס דער אפטייטש דערפון איז, רבונו של עולם: איך בין דיינס, און מיינע חלומות זענען פון דיר. איך האב גע'חלומ'ט א חלום און איך ווייס נישט וואס דאס איז. סיי איך האב גע'חלומ'ט עפעס אויף מיר אליין, סיי אנדערע האבן אויף מיר גע'חלומ'ט, סיי אויב איך האב גע'חלומ'ט אויף אנדערע (דאס איז אביסל אנדערש ווי די נוסח וואס מיר זאגען). אויב איז דאס א גוטער חלום, זאל דאס מקוים ווערן, און אויב נישט, דאן הייל אויס דעם חלום און דריי עס איבער אויף גוטס. און מען זאל ענדיגן צוזאמען מיט די כהנים, דאן וועט די אמן פונעם עולם ארויפגיין אויך אויף זיין בקשה.

יעצט, וואס טוען די כהנים? גוטע שאלה! ס'מיר קיינמאל נישט בייגעפאלן.

קען זיין זיי זאגען די נוסח הטבת חלום וואס איז געדרוקט אין אסאך סידורים, וואס די גמרא זאגט דארט (אביסל ארויפציהר), מען זאגט דריי פסוקים פון 'הפוכות' דריי פסוקים פון 'פדיות' און דריי פסוקים פון 'הטבות' עיין שם.

חלמא טבא חזית חלמא טבא חזית חלמא טבא חזית



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-28/10/2005 20:43 לינק ישיר 

גאנץ א גוטע קשיא!

א האלב פון די כהנים'ס חלומות ווערן אבער אויך מוטב מיטן עולם'ס יהי רצון ווייל דארט זאגט מען דאך בין שחלמו אחרים עלי זאל עס אויך נתהפך ווערן לטובה, ממילא די חלומות וואס די כהנים חלומ'ען אויף אנדערע מענטשן ישראלים און לויים ווערן מוטב דורכדעם וואס יענער מענטש זאגט (האפנטליך) דעם יהי רצון, בלייבט נאר איבער די חלומות וואס זיי חלומ'ען אויף זיך אליין אדער אויף אנדערע כהנים וואס זאגן אויך נישט קיין יהי רצון, דאס איז שוין טאקע א ערנסטע פראבלעם אדער וועלן זיי מוזן טוהן קרעמער'ס עצה אדער וועלן זיי מוזן חלומ'ען נאר פון אנדערע מענטשן ישראלים און לויים

קרעמער
די עצה פון זאגן די דריי פסוקים פון הפובות קוקט אויס פון די גמרא אז מען ברויך צו האבן דריי מענטשן וואס ער זאל זיי זאגן חלמא טבא חזיתי און זיי ענטפערן וכו' און זיי זאלן זאגן די פסוקים (ועי' שם בתוס' אויב מען זאגט דאס זיבן מאהל אדער דריי מאהל) עכ"פ דאס קען מען נישט זאגן פאר זיך אליין נאר ער דארף נעמען לכאורה דריי מענטשן.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-28/10/2005 21:19 לינק ישיר 

בן הרחמן;

ביסט כשר גערעכט. מען ברויך האבן דערצו נאך דריי מענטשן. דערפאר האב איך געשריבן אז דער נוסח שטייט אין די סידורים. ווייל אין די סידורים שטייט טאקע אז מען זאל צורופען דריי מענטשן און פאר זיי זאגען "חלמא טבא חזאי" (נישט 'חזיתי') וכו'.

פאר כהנים וואס זוכען זיך מטיב חלום צו זיין (אזוי ווי געשמאקער ? ) איז דאס גרינגער ווי ווארטן ביז פסח ווען מען גייט קומענדיגע מאל דוכנ'ען.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-30/10/2005 00:57 לינק ישיר 

מיין זין האט מיר געפרעגט אונטער דער טלית פארוואס די כהנים קענען נישט זאגן און מיר וועלען מיר זינגען?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/10/2005 02:23 לינק ישיר 


מיין רבי אין חדר פלעגט טון ווען איינער האט זיך פארחלומט,
קום אהער יואלי !
מאך אויף די סידור!
זאג הויך רבש"ע חלום חלמתי וכו' !

עס איז געווען יענע בושה. מער האט ער שוין נישט געחלומט...




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > חברה וקהילה > היימישע קרעטשמע > שאלה פון די וואך בראשית
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext