| נשלח ב-1/11/2005 07:26 |
|
| |
שאלה פון די וואך: נח
זייענדיג פארטאגס איבערגעבויגן איבערן גמרא, זיך פארקלאצנדיג פאר א מינוט הער איך ווי א בחור'ל וואס לערנט די הלכות משיב הרוח ומוריד הגשם, פרעגט א לפי תומו'דיגע קשיא'לע, האב איך דאן באשלאסן צו פרעגן אין קרעטשמע.
אויב דארף מען נישט איבערדאווענען ווען מען זאגט מוריד הטל, [צוליב מדינת אשכנז] טא פארוואס זאל מען מתחילה זאגן מוריד הגשם?
איי רעגן? וועט מען שוין בעטן ביי ברך עלינו.
נישט זיך רעגן, ס' שאדט פאר די שיך און פאר די הארץ...
|
|
|
|
| נשלח ב-1/11/2005 15:20 |
|
| |
במחילת כבודך פאסט די שאלה פאר דעם תמימות'דיגן בחור אבער נישט פאר דיר, ידידי היקר געשמאקער.
משיב הרוח ומוריד הגשם איז אן הזכרה, נישט קיין בקשה, מען דערמאנט דאס ביי די גבורות פון השי"ת, נישט ביי די ברכות אמצעיות וואס זענען בקשות, און מען קען דאס נישט יוצא זיין מיט ותן ברכה אדער טל ומטר.
==
לאמיר דיר פרעגן עפעס וואס איך האב געלערנט היינט פארטאגס:
וועלכע ספר האט רבי יוסף קארו פריער געשריבן, דעם בית יוסף אדער דעם כסף משנה?
|
|
|
|
| נשלח ב-2/11/2005 04:22 |
|
| |
אב שמחל על כבודו כבודו מחול,
וואס האסטו געלערנט היינט סדר הדורות?
מסברא האט ער געשריבן בערך אין די זעלבע צייט
ער ברענגט סך מאל דיזעעלבע זאכן אין ביידע חיבורים.
|
|
|
|
| נשלח ב-2/11/2005 15:18 |
|
| |
געשמאקער;
איך האב געלערנט טורי זהב אורח חיים. ער שרייבט אז דער בית יוסף האט געשריבן דעם ספר בית יוסף איידער ער האט געשריבן דעם כסף משנה ע"ש.
==
האט דער מגן אברהם געזען דעם ספר טורי זהב?
|
|
|
|
|
| נשלח ב-2/11/2005 17:34 |
|
| |
מ.ב. קרעמער
דאכצאך נאך וואס ער האט ארויסגעגבען זיין חיבור
|
|
|
|
| נשלח ב-2/11/2005 18:20 |
|
| |
עיין סימן ג' שמביאו ב' פעמים!
|
|
|
|
| נשלח ב-3/11/2005 00:32 |
|
| |
קרעמער, איך וויל דיך נישט דיסקארעדזשען, אבער, די וועלט זאגט א ווערטל,
יעדער האט נאך אמאל אנגעהויבן מס' ברכות און אפגעשטארבן אין פרק 'מי שמתו'
און,יעדער האט נאך אמאל אנגעהויבן שו"ע או"ח און אריינגעפאלן און ביהכ"ס ביי 'הל' ביהכ"ס'!
|
|
|
|
| נשלח ב-3/11/2005 00:37 |
|
| |
תוקן על ידי - mefikel - 03/11/2005 0:36:34
|
|
|
|
| נשלח ב-3/11/2005 01:28 |
|
| |
מפוקל;
האפ גירי אפ (עס גייט לעצטנס ביי מיר אין שטוב די נארישע 'מצוה קינדער' טעיפ.. איך קען מיר נישט העלפן נאר דאס שרייבן).
איך לערן גראדע יעצט ביידע פון די אויבנדערמאנטע...
|
|
|
|
| נשלח ב-3/11/2005 19:57 |
|
| |
So better watch out!
|
|
|
|
| נשלח ב-3/11/2005 20:21 |
|
| |
התאחדות;
באלד קומען אן די מנהלים און זיי וועלן דיר ארויסשטויסן פון דא פארן שרייבן א נאמען. קענסט עס נאך יעצט מתקן זיין.
|
|
|
|
| נשלח ב-3/11/2005 23:12 |
|
| |
פארוואס איז דא 2 אשקולות פון די זעלבע זאך
|
|
|
|
| נשלח ב-4/11/2005 01:18 |
|
| |
דאס איז צוויי אנדערע מחברים יעדער אשקול האט זיך זיין טעם, איינס איז א געשמאכּער אשקול און איין אשכול איז ווען וואס ווי זעכצן
|
|
|
|
| נשלח ב-4/11/2005 03:43 |
|
| |
איך האב געזעהן דא ערגעץ אין הייד-פארק אזא שאלה, אויב מ'מעג פארקויפן פאר א גוי מילך?
ווייל אין אמת'ן אריין איז דאך מילך אבר מן החי, נאר פאר כלל ישראל האט מען עס מתיר געווען נאך מתן תורה, מ'לערנט עס ארויס פון פסוק "דבש וחלב תחת לשונך", אבער פאר די בני נח איז עס נאך אלס אסור אלס אבר מן החי (איינע פון די שבע מצוות בני נח) קומט אויס אז איינער וואס געט מילך פאר א גוי איז ער אים מחטיא, צו טאר מען טאקע נישט?
|
|
|
|
| נשלח ב-4/11/2005 05:17 |
|
| |
יעצט איז אזוי, עפעס גירסא דינקותא ליגט מיר אין קאפ,געדענק איך עפעס אזאלכע ווערטער, "מי איכא מידי דלבני ישראל מותר ולבני נח אסור", נאר ס'איז דא א שיטת הרמב"ם (פרעג מיך נישט וואו...) אז יא, ס'איז דא זאכן וואס איז נאר אסור פאר די בני נח, און נישט פאר די בנ"י, לויט דעם איז אפשר שווער די קשיא.
|
|
|
|
|