| נשלח ב-4/11/2005 05:03 |
|
| |
כביכול - וואס איז איר באדייט
וואס איז דער פראסטער אפטייטש פון "כביכול" וואס ווערט דערמאנט מערערע מאל אין ש"ס.
איז די באדייט אין ש"ס די זעלבע ווי די וואס מ'נוצט היינט אין היברו?
תוקן על ידי - בדעבד - 04/11/2005 5:04:51
|
|
|
|
| נשלח ב-4/11/2005 05:31 |
|
| |
קיין היברו קען איך נישט.
דא האסטו א רש"י (יומא ג' ע"ב ד"ה כביכול):
כביכול. אני שמעתי, אם היה ציבור יכול להתכפר בשל יחיד [משלך] הייתי רוצה. ואני אומר, לפי שדבר קשה הוא לומר שהקב"ה קץ בישראל, אומר כביכול, כלומר על כרחינו יאמר כן כאילו (אי) אפשר לומר כן, וכן כל כביכול שבש"ס עכ"ל.
|
|
|
|
| נשלח ב-4/11/2005 16:59 |
|
| |
קרעמער!
אויפן דף, צייכענט איימיצער צו אז דער אי ברויך מען מעקען.
דער של"ה הק' אויך צוגעצייכענט אינדערזייט, זאגט אן אונטערעסאנטער פשט.
ווען איך וועל האבן צייט וועלן איך מעתיק זיין לשונו הק'.
נ.ב. דער ערשטע פשט אין רש"י איז בלויז נוגע פאר די דארטיגע גמרא. דער צווייטע איז אן אלגעמיינע פשט.
תוקן על ידי - בדעבד - 04/11/2005 17:04:38
|
|
|
|
|
| נשלח ב-4/11/2005 17:39 |
|
| |
דער של"ה הק' און תושבע"פ ברענגט צוויי טייטשן אויפ'ן ווארט כביכול.
א) ער ברענגט אראפ די רש"י וואס קרעמער האט אנגעצייכנט, וואס לויט די רש"י קומט אויס די טייטש, כאילו יכול וואס מיינט 'ווי גלייך מ'וואלט ווען געקענט זאגן אזא זאך' (אלמלא מקרא כתוב וגו')
ב) ברענגט ער פונעם בית יוסף און זיין ספר הליכות עולם (כללים), א פשט אז כביכול איז צוזאמען געשטעלט פון צוויי ווערטער כ"ב יכול וואס דער אפטייטש איז 'דו תורה שניתנה בכ"ב אותיות יכול קען זאגן אזא זאך'
בדעבד, בנוגע היברו איז פארהאנען א ענין וואס דאכציך מיר אז ר' סענדר ברענט פון רבי'ן און זיין חיבור ועוד חזון למועד
תוקן על ידי - mefikel - 04/11/2005 17:55:53
|
|
|
|
| נשלח ב-4/11/2005 18:08 |
|
| |
דיעבד - כביכול - מפוקל;
דער "איימיצער" איז שוין גארנישט קיין "איימיצער", דאס איז דער באקאנטער גאון רבי ישעיה (פיק) ברלין ז"ל אבד"ק ברעסלויא, וואס אלע איינגעקעסטעלע הגהות [כזה] אויפן גליון פון די ווילנא ש"ס שטאמען פון אים!
|
|
|
|
| נשלח ב-4/11/2005 18:22 |
|
| |
"פאר סאום ריזען" האט מיר אויסגעקוקט אז דאסמאל איז עס נישט רבי ישעיה פיק'ס הגהות. ממילא האב איך נישט געשריבן פאר זיכער.
ישר פארן קלאר מאכן.
|
|
|
|
| נשלח ב-6/11/2005 19:49 |
|
| |
ערגעץ האב איך אמאל געזען, אז דאס איז געווען די עיקר כוונה פון די עבריסישע שפראך פאבריצירער, דהיינו צו נוצן ווערטער וואס באדייטן עפעס העכערס און דאס מגשם זיין פארן טעגליך'ן באנוץ אזוי וועט עס מער נישט האבן קיין הייליגן באדייט, למשל:
חשמל = עלעקטריק.
כביכול = למשל.
ועוד ועוד.
אבער וזאת התורה לא תהא מוחלפת!
|
|
|
|
| נשלח ב-8/11/2005 01:48 |
|
| |
וואס איז די גרויסע שמועס דא?
איך בין כביכול דער דיין אין קרעטשמע
ערעב זארעכפעפער איז דער אמת'ער דיין
איך מיין סיז פשוט
|
|
|
|
|